ארטיקלען און געדאנקען

דער הייליגער מאור עינים שרייט: ‘פאשאל דארמא’

צווישן די חסידים פונעם הייליגן מאור עינים זי”ע איז געווען א איד וואס האט געוואוינט אין א דארף טיף אין רוסלאנד, דער איד האט געהאלטן א קרעטשמע ביים פריץ פון דארף מיט וועמען ער איז געווען גאנץ נאנט באפריינדעט, דער פריץ האט שטארק געטרויט דעם איד און ער פלעגט זיך מיט אים אפט באנוצן פאר קלענערע און גרעסערע אונטערנעמונגען.

איינמאל האט דער פריץ געלאזט רופן דעם איד און אים געבעטן מיטצופארן אויף א לענגערע רייזע מיט זיין איינציגן זון, וועמען עס האט זיך פארשמעקט אונטערצונעמען א רייזע און אוועקפארן אין די ווייטע לענדער פון דער וועלט, דער פריץ האט איבערגעגעבן א גרויסע סומע געלט פאר דעם איד און אים אנגעזאגט אז ער זאל אכטונג געבן אויף זיין בן יחיד און אים באזארגן מיט אלעם וואס ער וועט דארפן אונטערוועגנס.

לאנגע וואכן און חדשים האט זיך דער איד אינאיינעם מיטן פרינץ ארומגעשלעפט איבער די גרויסע שטעט, דער פרינץ האט זיך כסדר פארשפילט אין זיינע פארוויילונגען און האט זיך גארנישט געקענט אפרייסן פון זיי, נאך א לענגערע צייט האט דער איד אנגעהויבן בעטן ביים פרינץ אז ס’איז שוין צייט אהיימצופארן, אבער דער פרינץ האט נאך נישט געוואלט קלערן דערפון.

עס איז דורך נאך אפאר וואכן און דער איד האט זיך שוין ממש גענומען בעטן ביים פרינץ אז ער זאל שוין אהיימקומען,ער האט איבערגעלאזט א פרוי און קינדער אין דארף וואס ווארטן אויף אים, אבער דעם איד’ס תחנונים אז דער פרינץ זאל שוין טראכטן פון אהיימפארן האט ווייניג געהאלפן.

דער פרינץ האט אפילו נישט געהערט וואס ער רעדט צו אים, נאר ער איז געווען פארנומען נאכצוקומען זיינע תאוות און שפילערייען וועלכע האבן אים שטארק באצויבערט.

זעענדיג אז עס נעמט נישט קיין עק און דער פרינץ קלערט אפילו נישט פון זיך צוריקקערן אהיים, האט דער איד בלית ברירה איבערגעלאזט דעם בן יחיד און זיך אליין אהיימגעקערט צו זיין דארף וואו ער האט דערציילט פארן פריץ דעם גאנצן אמת אז זיין זון האט פשוט פארגעסן פון אהיימקומען און ער וויל אפילו נישט הערן דערפון.

דער פריץ איז שטארק דערצערנט געווארן הערנדיג דעם איד’ס ווערטער, ער האט געטראכט אז דער איד האט גע’הרג’עט זיין בן יחיד און אים צוגענומען דאס גאנצע געלט, און אצינד טראכט ער אויס א מעשה אז זיין קינד האלט נישט ביים אהיימקומען.

אין א טיפן קעלער אין הויף פון דעם פריץ האט זיך געפונען א פינסטערער קאמער וואו עס פלעגן געהאלטן ווערן די גרעסטע פארברעכער ביז מען האט דערקלערט זייער אורטייל, דארט אין יענעם גרוב האט דער פריץ אריינגעשליידערט דעם איד און באוואכט דעם גאנצן ארום מיט א שווערע שמירה אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן.

כדי אים צו דערהאלטן ביים לעבן האט מען טעגליך אריינגעווארפן א שטיקל ברויט און אביסל וואסער, אבער נישט מער, און דער פריץ האט אים מיט צארן געזאגט אז ביז דער זון קומט נישט אהיים וועט ער דארט שמאכטן ביז’ן טאג פון זיין טויט.

* * *

יארן פריער האט זיך דער איד געהאט באקאנט געמאכט מיט א געוויסן פויער פונעם דארף וועמען ער פלעגט אפטמאל טוהן טובות און דער פויער האט זיך געהאלטן גאנץ נאנט מיט אים, דער גוי איז געווען א מקורב ביים פריץ, און איין נאכט האט מען אים געשטעלט אלס שומר ביי די תפיסה וואו דער איד איז געזעסן און געשמאכטעט.

אין גרויס געהיים האט דער איד זיך אפגעשמועסט מיטן שומר א געוואגטן פלאן, אזוי ווי דער איד האט זיך זייער געוואלט אריבער כאפן קיין טשערנאביל צום רבי’ן, דער מאור עינים, האט ער זיך איינגעבעטן ביים גוי דער שומר אז אין יענע נאכט זאל ער אים צושטעלן צוויי פון זיינע געזונטע פערד און ער וועט זיך אין די נאכט שטילקייט ארויסכאפן פון קעמערל און אריבערפארן צום רבי’ן.

דער איד האט אים געגעבן זיין הבטחה אז ער וועט אים נישט שטעלן אין געפאר, און ווי נאר ער וועט זיך האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ראבינער וועט ער זיך באלד צוריקקערן צו זיין צעל און קיינער וועט נישט וויסן פון דעם גאנצן עסק.

שפעט אינדערנאכט איז אויפן וועג קיין טשערנאביל געפארן א פערד אין וואגן, דער קוטשער איז געווען דער גוי דער שומר, און הינטן אינעם וואגן איז געלעגן דער איד מיד און צובראכן איבער זיין ביטערן מצב, נישט לאנג האט געדויערט און די ערשטע הייזקעלעך פון שטאט טשערנאביל האבן זיך באוויזן אויפן האריזאנט.

דער גוי האט א שמייס געגעבן מיטן בייטש און די פערד האבן גענומען לויפן נאך שנעלער, ביז זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין פארנט פון א הייזל פון וועלכע עס האט זיך ארויסגעזען דאס שיין פון א ליכטל.

צענדליגע וועגענער און פיאקער’ס פלעגן זיך ביי אט דעם הייליגן וואוינונג טעגליך אפשטעלן, אידן פון איבעראל און חסידים וועלכע פלעגן אנקלאפן אינעם הויף פונעם רבי’ן, דער הייליגער מאור עינים.

מיט דאס לעצטע ביסל כח וואס וואס דער איד האט נאך פארמאגט האט ער אנגעקלאפט אין טיר, און ווי נאר מ’האט אים געעפענט איז ער באלד אנידערגעפאלן א טיפע חלשות, ס’איז אנטשטאנען א בהלה, ביז עס איז געלונגען צוריקצוברענגען דעם איד צום באוואוסטזיין, קוים האט זיך דער הייליגער מאור עינים איינגעבעטן ביי אים ער זאל זיך אביסל אראפלייגן און אויסרוען זיינע מידע ביינער, פארזיכערנדיג אים אז גארנישט שלעכט וועט פאסירן צו אים.

דער רבי האט ארויסגעשיקט זיין גבאי’ן זאל גיין זאגן פארן פויער דער בעל עגלה, אז דער איד לייגט זיך אראפ פאר אפאר שעה און גלייך צופרי וועט מען צוריק פארן צום דארף, בלית ברירה האט דער גוי מסכים געווען און ער האט אויסגעווארט אויפן מארגן שטערן.

דער איד איז א מידער אריינגעפאלן אין בעט דארט אינעם שטוב פונעם הייליגן מאור עינים, און נישט קענענדיג איינשלאפן האט ער פארמאכט זיינע אויגן און געווארט א וויילע ביז ער וועט קומען צו זיך.

דערווייל האט דער הייליגער מאור עינים גענומען זיין שטעקן און אנגעהויבן צו שמייסן אונטער זיין בענקל און אונטער זיין בעט, און ער האט אנגעהויבן שרייען אויף רוסיש ‘פאשאל דארמא’, ווי מ’שרייט אויף א הינט ‘גיי ארויס’, אזוי האט דער רבי געקלאפט און געשריגן א לענגערע צייט אונטער די בעטן פון שטוב, ביז ס’האט אנגעהויבן טאגן און דער גוי פונדרויסן האט זיך שוין גענומען קלאפן אין טיר, שרייענדיג
אז ס’איז שוין שפעט און מ’דארף שוין צוריק פארן.

הערשט יעצט איז דער צדיק צוגעגאנגען צום בעט און אויפגעוועקט דעם חסיד – וואס איז למעשה יא אנטשלאפן געווארן – און געזאגט צו אים און בארואיגט “זארג דיך נישט, דער אויבערשטער וועט העלפן און דיר שיקן א ישועה, און דיך ראטעווען פון די הענט פונעם פריץ”.

* * *

ווייט אוועק אין איינע פון די שטעט אין די מרחקים האט דער זון פונעם פריץ נישט געקענט שלאפן, העכער אים איז געשטאנען א געטליכער מאן מיט א שטעקן אין די האנט און הויעך געשריגן אויף אים “פאשאל דערמא” (דאס מיינט ‘גיי ארויס’), און דערביי אים גוט אנגעשמיסן די ביינער, דער זון האט זיך שנעל אנגעטון זיינע געהעריגע קליידער און צאמגעפאקט זיינע זאכן, און גלייך זיך ארויסגעלאזט אויפן
וועג צוריק צו זיין טאטנ’ס שטאט.

ווי נאר ער איז אנגעקומען אין הויף פונעם פריץ איז געווארן אן איבערקערעניש, מיט גרויס חרטה איז דער פריץ אליין געלאפן צום תפיסה קאמער וואו דער איד האט נאך געשמאכטעט, און אים אליין באפרייט און אים איבערגעבעטן אויף די אומזיסטע צער וואס ער האט אים גורם געווען, און הערשט דערנאך האט ער אויסגעהערט די געשיכטע פון זיין זון וועלכע האט אים דערביי אנגעוויזן ווי זיין גאנצע גוף איז אים צוביילט פון די קלעפ וואס ער האט באקומען פון יענער געטליכער מאן, נישט קיין אנדערער ווי ווי דער הייליגער מאור עינים וועלכער האט געטון אלעס צו ראטעווען דעם איד פון א צרה.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.