פון אלץ און אלעמען

מיין נוצלאזע וואויסמעיל

ארטיקל געשריבן אין א פורים’דיגן גייסט. לכבוד חודש אדר, לייענט און האט הנאה.
עס זענען דא זאכן וואס מען מוז האבן אבער זיי נאגן א נערוו בענדל כסדר, זיי מאכן נערוועז און דרייען מיט די מידות.

איר ווייסט וואס איך מיין? געוויס נישט, עס זענען דא אסאך זאכן וואס מאכן נערוועז.

איך רעד פון מיין וואויסמעיל.

איך בין נייגעריג צו זען ווי איר, די ליינער פון די שורות טאנצן אויף… געטראפן אויף וואס זיך אפצורעדן, וואס קען זיין שלעכט און נערווירנד מיט א וואויסמעיל קעסטל, וואס בסך הכל טוט דאס אויפשפילן די מעסעדזשעס וואס מענטשן לאזן אייך?

וועל איך אייך זאגן.

פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין סמארטפאונס (אלס א אידיש שפראך ליבהאבער האב איך געטראכט פון נוצן קלוגע-טעלעפאנען, אבער למעשה האט עס מיר דערמאנט פון דער גרויסע אינגל אין מיין שול וואס קומט מיר געבן צעטלעך וועגן קלוגע טעלעפאנען, יעדע מאל איך רוף א קאר-סערוויס אין קאווע צימער פון שול) איז עס היבש א געשמאקע זאך, זיי האבן נאך עטליכע קנעפלעך וואס צו דרוקן, און קענען עס רופן ווען דער בעל חוב גייט אים פונקט דורך.

מענטשן אבער וועלכע האבן יא סמארטפאונס, ווייסן שוין, אז וואויסמעיל’ס, זענען שוין אלטמאדיש, מען ברויך רופן א נומבער מיט א קאמפליצירטע סיסטעם, דרוקן קנעפלעך, זיין שטיל אין קאר און זיך אריינלייגן אין די וויכטיגקייט פון יעדע מעסעדזש וואס מען וויל יא אדער נישט סעיוון.

איז וואס נוצט מען יא? מען האט היינט טעקסט, וואטסעפפ, אדער אפילו אימעיל, וועלכע זענען היבש גרינגער אין באגריף, מען טייפט אפ א קאלטע “רוף-מיך”, אדער די מער פליסיגע שרייבן, “רוף מיך וועגן די דיעל וואס אונז האבן געמאכט, איך האב מיך דורכגעטראכט. איך האב צו רעדן מיט דיר וויכטיג, שכח…” און זה הוא. פארטיג, קיין דאגה, מען זעט אפילו ווען יענער זעט עס, און צו ער הייבט אן ענטפערן. און אפשר מיט די צייט פינקטלעך וואס יענער טראכט יעצט.

איז דאך אבער יא דא א שוויגער און א באבע אין לאנדאן וואס ליבן דעם וואויסמעיל, מוז מען דאך עס האבן, און אז מען האט דאס, ברויך מען אויפשפילן א פולקאמע רעקארדירונג וואס זאל זיך הערן קלונגעדיג.

זענען מאנכע דא וואס האבן נישט קיין צייט און לאזן לויפן די צוגעשטעלטע רעקארדירונג מיט זייער נומער. אנדערע לאזן אריין גאר הויעך באשפריצטע מעסעדזשעס און סלאגאנען, אזש עס קען זיך דוכטן אז מען רופט דא א גרויסע מעצענאט וואס האט א וויינגארטן אין וואל סטריט.

“…א גוטן איר האט גערופן בערל אבראמאוויטש פון עס ענד קיו פוירניטשויר, אויב איר קענט מיר נישט ריטשן יעצט, רופט מיין סעקרעטערי אויף…” ווען דאן פארענדיגט די וואויסמעיל סיסטעם מיט די נישט פאסיגע “איז נאט עוועילעבל”.

“…א גוטן עס איז נישט באשערט איר זאל מיר כאפן יעצט, רופט מיר צוריק שפעטער און געט א שמייכל, איז נאט עוועילעבל, פליעז ליעוו עי מעסעדזש עפטער די ביפ.” איז אן אנדערע מעסעדזש וואס איך האב אמאל געהערט ביים רופן איינעם, צוהערנדיג צו זיין שיעור אין בטחון.

לאנגווייליגע מענטשן אדער O.C.D ליידנדע טוישן כסדר, עס איז א קאפ-וויי, מען טרונקט וואסער, מען רעקארדירט איינמאל און נאכאמאל ביז ענדליך גייט עס וויאזוי מען וויל.

“איר האט גערופן” – א מינוט שטיל – “יהושע שארפמאן” – נאך א לאנגע צייט פון שטילקייט – “טו ליעוו עי בלא בלא בלא…”

נישט די זאכן זענען אבער וואס קרענקן מיר, מען רעדט פון ערנסטע זאכן. מענטשן וואס ווילן אנקומען צו איינעם האבן שוין היינט גרינגערע מיטלען, און דערפאר ווערן וואויסמעילס געלאזט דורך אומערפארענע יאכנעס אדער שאכנעס וואס ווייסן ניטאמאל אז זיי רעדן צו א וואויסמעיל און זינגען זיך אונטער א ניגון.

הייבט זיך מיין טאג שפעט נאכמיטאג, מען שטעקט ארויס פון ארבעט. מען באקוקט אביסל וואס עס גייט פאר אויף די וועלט, זיבן מיס”ד פאון קאלס, אכציג מעסעדזשעס אויף וואטסעפ מיט פינקטליכע באריכטן וואס עס האבן נארוואס פאסירט אין אוגאנדא, שווייץ און מיזורי.

מען רוקט מיט די פינגער, די סקרין ווערט באלד איבערגעהיצט פון אזויפיל מאטערניש, מען דאונלאוד די פרישע “מוז-געזען-ווערן” ווידעא’ס, און מען רופט צוריק די וויכטיגע מיסד קאלס וואס באשטייען געווענליך פון איין מענטש…

איז גייט מען ווייטער, אכט טעקסט מעסעדזשעס, יעדע מעסעדזש באזונדער איז א דערמאנונג אויף א פרישע וואויסמעיל, רופט יעצט אריין אייער וואויסמעיל באקס פאר די פרישע מעסעדזש פון “עלטער באבי”.

דאן קומען אן אימעילס, איר האט באקומען א פרישע וואויסמעיל, אזוי אז דער גאנצע פאון ווערט פארוואנדלט און באזארגט אז איך זאל יעצט נאר רופן דעם וואויסמעיל ווייל פילייכט רעדט מען דא פון גרויסע געשעפטן און וויכטיגע פערזאנען וואס ווארטן אויף מיר גאר וויכטיג.

נ’שוין טראכט איך צו זיך אויפגעבנדיג, גוט לאזט נאר צורוה, איך רוף יעצט, איך וועל רופן.

גייט דער מאשין אויף ספיקער

ווייל איך ברויך אהיימדרייוון, נאך א פראצעדור פון רעדעס און בוכשטאבן אויסצופילן, הערט זיך דער מאנאטאנישער אפקלאנג.

איר האט צען מעסעדזשעס.
דרוקט איינס צו הערן, צוויי צו אויסמעקן, דריי צו סעיוון, פיר צו צוריקרופן יענעם, פינעף צו צוריקטעקסטן יענעם, זעקס צו גארנישט טון, און זיבן איך זאל שוין שטיל ווערן.

וואויסמעיל נומער איינס.

עס איז נישט קלאר צו דער מאן אויף די אנדערע זייט כאפט אז ער רעדט דא אריין אין א מעסעדזש, ווייל ער האלט אין איין איבער’חזר’ן מיין נאמען מיט א טאן ווי ער זאל צו מיר רעדן. זבולון? זבולון? דאן זייער שרייעדיג זבווללללון? דאן א לאנגזאמע נערוועזע רוף מיט א טאן פון יאוש, זבולון??? אראפהאקנדיג, כאפנדיג אז ער רעדט צו קיינעם נישט.

וואויסמעל נומער צוויי.

האלט מיך די סיסטעם אפדעיטעד וואו איך האלט.

נישט קלאר צו יענער האט דייקא געברויכט מיר רופן צו הוסטן, אדער ער האט געקענט פאר די זעלבע געלט הוסטן אן די טעלעפאן ביים מויל, אבער דאס האט ער געטון, און אויף א קשיא פרעגט מען נישט קיין מעשה.

וואויסמעיל דריי.

א מיסטריעזע גערודער, אזאנס וואס געבט דעם איינדרוק ווי א משמש רוקט די ארון הקודש און באלעמער ערב א רעבישע חתונה, איך האב באמערקט ווי די ספיקער פון מיין סעל וויל זיך ארויסווארפן פון איר לאך צוליב די שווערע גערודער, איך בין כמעט טויב געווארן, גראד פארמעקט דעם אראבישן וואויסמעיל, און געגאנגען צו:

נומבער פיר.

זייער אומקלאר, איינער רופט מיר פינעוו פארטאגס, מסתם איינער פון ארץ ישראל.

אה, ב”ה איינער רעדט שוין ענדליך, ער זאגט אריין עפעס, שטיל און באשיידן.

היי דיס איז עלערי פראם די באכרעין נעשענעל עירליינס, ווי וואנע גיוו יו נאו די אפורטונעטי טו פליי וויט אס, ענד יו העוו אלסא וואן די גאלד-קארד פעקעדזש וויט פייף טאוזענט מיילס פאר פרי, וויזיט אוער וועבסייט, עסעסעסבארכעיןעירליינס העשטעג בי-עי.

א גוט יאר, פארמעקט לאמיר גיין צו זעקס.

קוקט אויס איינער האט פארגעסן צו אראפלייגן זיין סעל, איך הער זיך צו וויאזוי ער שלאגט זיך מיט זיין ווייב. מען דארף זיין פארזיכטיג רבותי! אנדערע אין אזא קראנקע עפאכע וואלטן אזא זאך געקענט פארשפרייטן און וואלט געגאנגען אלץ א וויירעל האט-אייטעם אויף א שנעלע פארנעם, עניוועיס האב איך געהאט טרערן צו הערן די עמאציאנאלע ענדע פון דעם קריגעריי, זיי האבן זיך אזוי שיין איבערגעבעטן, איך האב גראדע געהאלטן אז עס איז אבסורד זיך צו קריגן וועגן אזעלכע שטותים. איך האב געסעיווט דעם מעסעדזש, איך קען עס אמאל נוצן צו געבן מיין שוויגער צו הערן וויאזוי מען דארף קענען נוצן ותרנות…

מעסעדזש נומער זיבן.

א שטילקייט! ווי א מדבר אינמיטן די הייסע זומער טעג, קיין קול, קיין עונה, א פראסטע טויטעניש.

פארמעקט און געגאנגען ווייטער צו אכט. אקעי דאס איז שוין נישט שיין צו זאגן, קען ברענגען שלום בית פראבלעמען, יעדער כאפט אמאל א פסק.

נומער ניין איז עפעס אויך געווען נויזי, איינער רוקט העלצער, רעדט, און עסט אינאיינעם, וואס ווייס איך? א מין תאוה צו אריינזינגען ביי יענעם אין די וואויסמעיל.

נומער צען איז געווען א וואויסמעיל פון א רגע, בליפ, און פארטיג, פרובירט צו איבערהערן עטליכע מאל, אבער אן ערפאלג, קען זיין עס איז געווען א טעות דאס לאזן א מעסעדזש, אדער איז ער פשוט נייגעריג געווען אין הערן מיין רעקארדירונג, אדער איז ער געווען נייגעריג צו איך האב נאך בכלל ליידיג-פלאץ פאר נאך וואויסמעיל.

איז דאס זענען איינע פון די ווייטאגן, די ליסטע איז טאקע פון איינמאל, אבער דאס זעלביגע שפילט זיך אפ כסדר ווען מיין וואויסמעיל באשטייט פון לופט און נאכאמאל אומקלארע מעסעדזשעס, ווער ברויך עס נאך? שיק מיר א וואטסעפ.

א פרייליכע יאר אידן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.