פון אלץ און אלעמען

די תפילה פון ״אנא בכח״ איבערגעגאסן אויף מאמע-לשון

איך בעט דיך, זאל די גרויסקייט אין דיין רעכטער האנט אפבינדן די פארקניפטע.

פארנעם דאס געזאנג פון דיין פאלק, דערהייב אונז, רייניג אונז, אָ פארכטיגער.

אָ שטארקער, די וואס זוכן דיין איינציגקייט, ווי דאס שווארצאפל אויף זיי היט.

בענטש, רייניג זיי; דאס רחמנות פון דיין רעכטפארטיגקייט שטענדיג שענק זיי.

מעכטיג-הייליגער, מיט דיין פיל גוטסקייט פיר דיין געמיינדע.

איין-איינציגער גרויסער: צו דיין פאלק קער זיך, די וואס געדענקען דיין הייליגקייט.

אונזער אויסרוף פארנעם און דערהער אונזער געשריי, ווייסער פון באהאלטענישן.

געלויבט איז דער נאמען פון דיין קעניגרייך אויף אייביגע אייביגקייטן.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.