ארטיקלען און געדאנקען

רעגן, שניי, און אייז

ס’איז אייך שוין וואַרשיינליך איינגעפאַלן און עס האָט אייך מערערע מאָל געוואונדערט: פאַרוואָס וועט אין דער זעלבער טעמפּעראַטור, גענוי דער זעלבער וועטער, אַמאָל רעגענען, אַ צווייט מאָל שנייען, און אַ דריט מאָל וועט גאָר האָגלען?

מיר ווייסן, אַז ווען די גראַד האַלט ביי צוויי-און-דרייסיג פאַרנהייט, ווערט וואַסער אָפּגעפרוירן אויף אייז. אין פאַקט זעען מיר, אַז אפילו ביי אָט-דער טעמפּעראַטור (32), וועט טיילמאָל געהעריג רעגענען – כאָטש מיט אַזאַ קעלט דאַרף דאָך דאָס וואַסער געפרוירן ווערן, און עס וואָלט אויב אַזוי געדאַרפט פאַלן אַלס האָגל. דאָס זעלבע אויך וועט קענען האָגלען אפילו אין טעמפּעראַטורן העכער ווי צוויי-און-דרייסיג די גראַד – כאָטש האָגל איז דאָך אייז, און העכער 32 גראַד ווערט דאָך וואַסער נישט געפרוירן.

דאַרף מען וויסן אַזוי. רעגן, שניי, האָגל, און אייז, קומען פון די וואָלקנס, וועלכע געפינען זיך אַ שיין-ביסל אַרויף אויבן אין דער אַטמאָספער. דאָס זאָגט אונז, אַז דאָס וואַסער פון די וואָלקנס מאַכט דורך אַ היבשן וועג ביז עס קומט אָן צו אונז אויף דער ערד.

די אַטמאָספער פאַרנעמט אַ היבשן שטח פון עטליכע טויזנט פיס. די טעמפּעראַטור, ווינט, און אַנדערע וועטער-צוגעהערן, זענען נישט איינהייטליך און גלייך איבעראַל. עס זענען פאַראַן עטליכע שיכטן אין דער אַטמאָספער, וועלכע טיילן זיך פאַנאַנדער מיט זייער וועטער-צושטאַנד.

לפי זה קומט אויס, אַז פון ווען די וואָלקנס לאָזן אַראָפּ פון זיך די פליסיגקייט, ביז עס לאַנדעט אויף דער ערד, לויפן די טראָפּן דורך עטליכע גראַדן פון פאַרשידנאַרטיגע טעמפּעראַטורן.

אויבן ביי די וואָלקנס, איז דאָס וואָס קומט אָן צו אונז ווי רעגן/שניי/האָגל געווענליך שניי. נאָר ווען עס הויבט אָן פאַלן, קען עס באַגעגענען אַנדערע טעמפּעראַטורן, וועלכע טוישן עס צו אַנדערע פאָרמען, ווי וואַסער אָדער אייז. אויב דער לעצטער שיכט פון דער אַטמאָספער, די וועלכע איז ממש העכער אונז, איז העכער דעם פרירונג-פּונקט (העכער 32 פאַרנהייט), דאַן צעלאָזט זיך די שניי, עס ווערט וואַסער, און קומט צו אונז אָן אַלס רעגן. אויב די ערד-טעמפּעראַטור איז נידעריגער ווי דעם פרירונג-פּונקט (ווייניגער ווי 32 פאַרנהייט), דאַן ווערט דערפון אייז, און אין אַזאַ פאַל האָגלט.

ווידער אויב די טעמפּעראַטור העכער דער ערד איז נידעריגער ווי דעם פרירונג-פּונקט, אָבער דער אַטמאָספער-שיכט איז צו קליין, דאַן האָט דאָך דאָס וואַסער נישט געהאַט גענוג צייט צו פרירן, וועט עס אַראָפּפאַלן אַלס רעגן, אָבער וועט פרירן וויבאַלד עס רירט אָן די ערד.

די סיבות פאַר די וועטער-אינטערשידן אין דער אַטמאָספער זענען מערערע. ס’איז כדאי צו באַצייכענען, אַז כאָטש די וויסנשאַפטליכע וועלט וויל זיך און אַנדערע איינרעדן אַז זיי פאַרשטייען געוויסע חלקים דערפון, זענען זיי אָבער אויך מודה אַז אין גרויסן טייל קענען זיי נישט משיג זיין פאַרשידענע דערשיינונגען און פאַקטאָרן אינ’ם וועטער.

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.