ארטיקלען און געדאנקען

אינטערוויו מיט דער מייסטער פראדוצירער פונעם “קהילה פארכאפט” שפיל: ר’ שלומי שטיינמעץ הי”ו

אריינפיר: וואו מען גייט און וואו מען שטייט הערט מען שמועסן פון די די דראמאטישע און אינטערסאנטע שפיל וואס איז פארגעקומען דורכאויס די דריי טעג די פארגאנגענע וואך, צוגעשטעלט דורך די טאלאנטפולע שטיינהויז פראדאקשאן, מיט די באטיילויגונג פון טויזענטער קינדער בליעה”ר פון אלע דעי קעמפ’ס אין ניו יארק, וועלכע זענען געזיצן אפאר שעה אינעם זאל פארגאפט און אויפגעלייגט פון די העכסט געלונגענע שפיל.

לאמיר כאפן א שמועס מיט’ן לעגאנדארן פראדוצירער ר’ שלומי שטיינמעטץ און הערן אביסל אינפארמאציע פון הינטער די קוליסן פונעם ”קהילה פארכאפט שפיל”

אידישער ווינקל: פארוואס האט מען באשלאסן צו נוצן די “פארכאפט” אייקאן?

שלומי: נאכדעם וואס די פלעי פאריאר איז געווען זייער געלונגען, און די קינדער האבן זייער קענעקטעט צו די פלעי, האבן אונז מחליט געווען צו בלייבן מיט די נאמען וואס ציט אויפמערקזאמקייט און אינטערעסע ביים עולם וויסענדיג אז אונז שטעלן אהער די פלעי, פונקט אזוי ווי מענטשען קאנעקטן מיט א אקטיאר, קאנעקטן מענטשען מיט א ברענד.

אידישער ווינקל: וואס איז די פשט פון שטיינהויז?

שלומי: פשוט די נעמען פון די אנפירער’ס פונעם פלעי, איך שלומי שטיינמעטץ, און מיין שותף ר’ אליעזר נייהוז.

אידישער ווינקל: ווען קומען די אקטיארן אריין אין בילד?

שלומי: איינמאל די מעשה און די סקריפט זענען אפגעשריבן, גייט מען אדורך די ליסטע פון די אקטיארן ווער ס’איז עוועילעבל, {ווען מען מאכט א פלעי אינמיטן יאר אין א גרינע דינסטאג מיטוואך ווען דער עולם ארבעט, זענען אויך נישט אלע אקטיארן עוועילעבל צו עקטן}, און לויט דעם טיילט מען איין די קערעקטער”ס, און מען שיקט יעדעם זיין סקריפט פון די פלעי.

מען מאכט אבער זיכער זיי צו שיקן די סקריפט גענוג פרי אז יעדער זאל האבן צייט צו קענען אנצייכענען זיינע הגהות, און מאכן זיינע קארעקשענ’ס.

אידישער ווינקל: וואסערע סארט קארעקשענס מאכן די אקטיארן נאכדעם וואס די מעשה איז שוין פערטיג?

שלומי: עס קען זיין פארשידענע זאכן, קודם ווען א עקטער ליינט אדורך זיינע שורות און ער זעהט זיך שפילן די קערעקטער פאסט ער אויף וועלכע ליינס זענען געאייגענט פאר אים, למשל אמאל קען איינער וואס שפילט א שלעכטע קערעטער אראפנעמען א סענטענס וואס הערט זיך צו ווייעך וכדומה, אזוי אויך קומען די עקטערס אויף מיט פארשידענע גוטע און קריעיטיוו איידיעס צו רייכער מאכן זייערע ליינס.

אידישער ווינקל: וויפיל טיקעט’ס זענען אויספארקויפט געווארן?

שלומי: ווי געשמועס איז די פלעי געווען צוגעשטעלט נאר פאר דעי קעמפ’ס פון ניו יארק, פאריאר האט מען פארקויפט 3,000 טיקעט’ס, און היי יאר האט מען שוין געדינגען א גרעסערע פלאץ, און מען האט פארקויפט 5,000 בליעה”ר, אבער עס זענען געווען נאך פארשידענע דעי קעמפ’ס פון מאנסי, אזוי אויך אסאך ישיבה בחורים וואס האבן יעצט בין הזמנים וואס האבן געוואלט קומען צו די פלעי, אבער אזוי ווי מיר האבן נאר געהאט א באגרעניצטע צאל זיץ פלעצער האבן זיי נישט געקענט מיטהאלטן די פלעי.

אידישער ווינקל: אין וועלכע שטיקל פון דעם שפיל איז אריין די מערסטע כוחות?

שלומי: די מערסטע כחות איז אריין אין שרייבן די מעשה, די מעשה האט פארמאגט אסאך נייע געדאנקען און אזוי אויך האט מען שטארק געארבעט אז עס זאל זיין על טהרות הקודש מיט א שטארקע מוסר השכל.

אונזער פלעי איז געווארן איבערגעקוקט דורך פילע ראשי מדריכים, ווי אויך דורך ידידי הר”ר לייבוש ליש מלמד מומחה און טאלאנטפולע שריפטשטעלער, זיכער צו מאכן אז די קינדער קענען ארויסנעמען אסאך גוטע פונקטן און שטארקע מעסעדזשעס צו שטייגן אין תורה ויראת שמים און מידות טובות וישרות.

אידישער ווינקל: וואס איז די וויכטיגסטע זאך פאר א סוקסעס פון א שפיל?

שלומי: עס איז דא צענדליגע זאכן וואס פעלן זיך אויס פאר’ן סוקסעס פון א שפיל, פונקט אזוי ווי ווען מען בויעט א בילדינג איז דא צענדלגע וויכטיגע זאכן וואס עס פעלט זיך אויס צו מאכן אז עס זאל זיין שטארק און פעסט געבויעט, אזוי אויך ביי א פלעי איז דא צענדליגע זאכן וואס זענען זייער וויכטיג צו האבן, ווי קאסטיומס סינעריס, פראפס, גוטע עקטערס. אבער אויב וואלט איך געדארפט זאגן ‘איין’ זאך איז עס די סקריפט.

 אידישער ווינקל: וואס זענען געווען די חידושים פון די היי יעריגן פלעי?

שלומי: היי יאר זענען געווען זייער אסאך חידושים, קודם כל איז די עצם מעשה געווען פיל מיט געדאנקען וואס מען האט נאך קיינמאל נישט גענוצט און געטוען, סיי די וועג ווי אזוי די מעשה האט זיך אנגעהויבען און סיי די וועג ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט איז געווען אינגאנצן אנדערש ווי געווענדליך.

אידישער ווינקל: ווער האט געשריבן די מעשה/סקריפט?

שלומי: אני הקטן בעז”ה.

אידישער ווינקל: פון וואו זענען געקומען די פראפס און קאסטיומס?

שלומי: רוב זאכן האט מען צוזאמגעשטעלט אדער געקויפט און געדינגען פון פארשידענע קאמפעני’ס

אידישער ווינקל: ווער האט געמאכט די קאמעדי?

שלומי:  ר’ יעקב יוסף לאנגזאם און ר’ וועלוול פעלדמאן.

אידישער ווינקל: זענען לאנגזאם און פעלדמאן געווען א חלק פון די מעשה, אדער זיי האבן בלויז געמאכט פרייליך די געמיטער?

שלומי: יא דאס איז טאקע געווען איינע פון די גרויסע חידושים פונעם פלעי, אז לאנגזאם און פעלדמאן כאטשיג זיי האבן געמאכט די קאמעדי, זענען זיי אבער אויך געווען א חלק פון די מעשה, למשל וועלווי פעלדמאן’ס קערעקטער איז געווען א שיכור, אבער צוף סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געהאט א גרויסע חלק אין די הצלה פון די פארכאפטע קהילה, אזוי אויך לאנגזאם וואס ער איז געווען א יוקל אבער ער האט אויך געהאט א חלק אין די געשיכטע.

אידישער ווינקל: זענען געווען ספאנסערס ביים שפיל?

שלומי: צוויי ספאנסערס מפואר און אסיסא.

אידישער ווינקל: געווען עפעס א דורכפאל?

שלומי: כ’טראכט אסאך אריין אין דיין שאלה, און איך הייב אויף די הענט צום הימל אז ברוך ה’ עס איז געווען א געלונגענע שפיל אן קיין גרייז.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען דיין אקט ביי די יעצטיגע שפיל, האסט געהאט א שלעכטע קערעקטער?

שלומי: נישט אינגאנצן, איך בין געווען א גוי וואס האט געארבעט פאר’ן רב פון שטאט, און נאכדעם וואס דער רב איז נפטר געווארן האב איך איינגערעדט די אידן אז איך דארף ווערן זייער רב, איך האב געהאט בעקינג פון די רעגירונג, וויבאלד איך בין געווען א שליח פונעם פאשא (יוסי פרענקל) וואס האט פיינט געהאט די רב און זיך געוואלט נוקם זיין אין אים.

אידישער ווינקל: אויב דו ביסט אן אקטיאר פארוואס שפילסטו נישט אויף די אונטערן פלעיס?

שלומי: די ענטפער איז אז וויבאלד איך פיר אן די גאנצע סטעידזש, דעריבער איז זייער שווער אויך צו עקטען אויף די פלעי, אבער ביי די דעי קעמפ’ס פלעי איז מיך עס אביסל גרינגער ממילא עקט איך אויך, אבער ביי די אונטערן פלעי’ס איז בכלל נישט מעגליך אז איך זאל טוהן ביידע, און ברוך ה’ די אונטערן חבריא האט גענוג גוטע עקטערס.

אידישער ווינקל: האט ר’ יואל הערש פוקס געשפילט ביי דעם פלעי?

שלומי: ניין ער איז זייער פארנומען א גאנץ יאר, אבער ער האט געשריבן די ניגונים, און ער האט באשיינט די פלעי.

אידישער ווינקל: וואס איז אין קורצן געווען די געשיכטע פון קהילה פארכאפט?

שלומי:  ס’איז שווער צו ענטפערן אין איין מינוט, עס איז געווען זייער א קאמפליצירטע מעשה, און עס האט געהאלטן אין איין קומען פרישע סופרייזעס פון וואס די צוקוקער’ס האבן זייער הנאה געהאט.

אידישער ווינקל: וואס איז געווען די שטערקסטע “פידבעק” וואס איר האט שוין ביזדערווייל צוריקגעהערט פון באטייליגטע ביים שפיל?

שלומי: איך האלט אין איין הערן גוטע פיטבעק און איך האב דערווייל נאכנישט געהערט קיין שום קריטיק, די מעשה איז געווען געוואלדיג, מורא’דיג ציענד שפאנענד דראמאטיש און פראפעשינעל, און יעדער איז ארויס צופרידן. ווי אויך די אריינקומען און ארויסגיין די טיקעטס און די פאקט אז ס’איז נישט געווען קיין הפסקה צווישן סצענעס.

מיך פערזענליך מאכט זייער פרייליך און צופרידן צו הערן אז די קינדער האבן קאנעקטירט צו די פלעי און ארויסגענומען גוטע פונקטן אויף למעשה, לדוגמא ווי אידן זענען זיך מוסר נפש פאר אידישקייט.

אידישער ווינקל: און פאר די עולם וואס איז נישט געווען ביים שפיל , ווען גייען זיי עס קענען זעהן?

שלומי: מיט’ן אויבערשטן’ס הילף וועט די  DVD זיין אינדרויסן אויף יו”ט סוכות אי”ה.

‎אידישער ווינקל: א דאנק פארן אראפגעבן פון אייער צייט, און א דאנק פארן אהערשטעלן פאר אונזערע טייערע קינדער אזא שיינע געשמאקע אונטערהאלטונג אויף א כשר’ע אופן.

איבערן שרייבער

אוריאל הערמאן

איין באמערקונג

  • אזוי שיין!
    נישט דא קיין בעסערע שחקנים ווי ביי די ‘אונטערן’ פלעיס!
    איך ווער ‘משוגע’ יעדן מאל פון דאס ניי פון די מענטשן וואס שטייען אונטער דעם עס שרייבן און די מענטשן וואס שפילן די בעסטע און די שענסטע ווי עס קען נאר זיין!!!
    תודה תודה תודה רבה!
    תזכו למצוות

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.