ארטיקלען און געדאנקען

צווייטע קאפיטל: קומענדיגע מאל זאלסטו נישט דערציילן…!

בס”ד

פארזעצונג פון פארגאנגענע וואך

דער הייליגער רבי ר’ זושא זיע”א וואס האט זוכה געווען צו זיין במחיצות הקודש צוזאמען מיט די הייליגע ל”ו צדיקים, און פראווען צוזאמען מיט זיי בעת רעוא דרעוין סעודת שלש סעודות, איז געווען גאר פרייליך און מינטער, עס האט איהם גאר דערפרייט דאס וואס ער האט זוכה געווען צו הערן די הייליגע דברי תורה פון די גרויסע צדיקים, די טיפע און פארבארגענע סודות התורה, און עקסטער האט ער געהאט א געוואלדיגע קורת רוח אויף דעם וואס ער האט זוכה געווען געוואויר צו ווערן דעם אמת’ן הייליגן צורה פונעם באהאלטענעם “דארפס-מאן” וואס ער האט זוכה געווען איינצושטיין ביי איהם.

פארן ארויסגיין האבן די הייליגע צדיקים נאכאמאל אנגעזאגט דעם רבי ר’ זושא זיע”א בבל תאמר, ער זאל פאר קיינעם נישט דערציילן דאס וואס ער האט דא צוגעזעהן און צוגעהערט, און ווי פארשטענדליך האט דאס דער רבי ר’ זושא זיע”א פארשפראכן.

אהיימקומענדיג האבן זיך די צוויי גרויסע און הייליגע ברודער דער רבי ר’ אלימלך זיע”א און דער רבי ר’ זושא זיע”א צוזאמען געטראפן, און ווייטער ממשיך געווען מיט זייערע לאנגע גלות וועג, מתקן צו זיין דעם גאנצן געגענט וואו זיי זענען געגאנגען.

דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זיע”א האט באמערקט אויפן רבי ר’ זושא זיע”א אז ער איז עפעס גאר פרייליך, עפעס איז ער ספעציעל אויפגעלייגט, האט ער פרובירט צו באמערקן א צייכן אדער עפעס אנדערש, וואס וועט איהם קענען אנטפלעקן וואס איז פארגעגאנגען מיטן ברודער.

אבער אן ערפאלג, דער רבי ר’ זושא זיע”א האט באהאלטן דאס גאנצע געשיכטע מיטן בעל מכניס אורח דער ל”ו צדיק, ער האט נישט געהאלטן ביים דערציילן קיין כי הוא זה פונעם גאנצן שלש סעודות, פונעם גאנצן פאנאראמע פון די הייליגע ליכטיגע פנים’ער וואס ער האט זוכה געווען צו אנערקענען.

אבער דער רבי ר’ אלימלך זיע”א וואס האט געזעהן אז עס הערשט עפעס אן עקסטערע שמחה ביים רבי ר’ זושא, האט פארשטאנען אז עפעס גאר אויסערגעווענליך איז פארגעקומען, האט ער באצווינגען דעם ברודער דער רבי ר’ זושא זיע”א מיטן טענה “צו געדענקסטו דען נישט דאס וואס מיר האבן זיך אפגעמאכט ווען מיר האבן אנגעהויבן גיין גלות?! אז מיר וועלן שטענדיג זיך העלפן איינעם דעם צווייטן!” אויב אזוי פארוואס באהאלסטו פון מיר אזא וויכטיגע ערשיינונג וואס דו האסט מיטגעהאלטן?!

דער רבי ר’ זושא זיע”א האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן, און האט דערציילט פארן רבי’ן ר’ אלימלך זיע”א דאס גאנצע געשעהעניש וואס ער האט זוכה געווען מיטצוהאלטן, דעם באזוך ביים דארפס-מאן און בפרט דעם באזוך ביי די ל”ו צדיקים, די הייליגע דברי תורה וואס זענען געהערט געווארן דארט.

יעצט איז שוין פארן רבין ר’ אלימלך שוין גארנישט שווער געווען, ער האט שוין גוט פארשטאנען ולשמחה זו מה הוא עושה, וואס איז דאס מינטערקייט און דערהויבנקייט פונעם רבין ר’ זושא אין די לעצטע פאר טעג, זיין א שבת צווישן אזעלכע הייליגע צדיקים איז שוין גארנישט קיין קשיא.

אזוי זענען זיך די צוויי צדיקים די ברודערס ווייטער געגאנגען אין וועג אריין, פון דארף צו דארף און פון הויז צום אנדערן הויז, און איבער נאכט האבן זיי זיך אפגעשטעלט ביי א גאסט הויז איבער צו שלאפן די נאכט, איז געווען דארטן א פריץ וואס האט געהאט א שיין געדינגענע צימער, און דער פריץ באמערקנדיג ווי די צוויי ברודער ארימעלייט ליגן דארטן אינדרויסן אויף אפאר שטרעגעליך שטרוי, האט דאס איהם שטארק באנומען און ער האט זיי פארבעטן אריינצוקומען שלאפן ביי זיך אין צימער – זאגענדיג איך קען נישט שלאפן רואיג ווען איך זעה צוויי בלוטיגע ארימעלייט ליגן אזוי אומרואיג אינדרויסן אויפן ערד.

זענען טאקע די צוויי הייליגע ברודער אריינגעגאנגען שלאפן ביים פריץ אין צימער אריין, אויסציענדיג די פארפלאגטע צובראכענע אויסגעמאטערטע ביינער, אויפן גראדן אויסגעביגעלטן בעט.

צומארגנס גאנץ פרי, האבן זיי זיך שנעל געלאזט אין וועג אריין, ממשיך צו זיין מיט זייער לאנגע וועג.

דער פריץ וועקט זיך אויף און לאזט זיך אויך אין וועג אריין, און אינמיטן וועג כאפט ער זיך אז עס פעלט איהם דאס גאנצע בייטל, דאס בערזל פון טייער געלט איז נעלם געווארן!!

געוואלד! וואו איז דער טייסטער?! וואו האט מען דאס איבערגעלאזט?!

נישט טראכטנדיג קיין צוויי, האט מען צוריק אויסגעדרייט די לייצעס און געשפאנט מיטן פערד צוריק צום גאסט הויז, אויפצוזוכן דעם טייסטער – דעם ווערדפולע טייערע טייסטער.

מען זוכט אהין מען זוכט אהער, אבער עס איז נישט צום געפונען, מען טרעפט עס נישט!

מען האט פרובירט נאכאמאל דא, און נאכאמאל דא, אבער אנע שום ערפאלג!

נא, זיכער נישט קיין אנדערע ווי די צוויי באנדיטן די ארימע חברה וואס איך האב זיי א טובה געטוהן און אריינגענומען ביי מיר אין צימער, זיי זענען די גרויסע בעלי כפוי טובה, וואס האבן זיך דערוואגט צו בא’גנב’נען דעם הויכגעשעצטן פריץ – דעם גרויסן אוצר אינעם טייערן טייסטער. – האט דער פריץ געשריגן מיט א געוואלדיגע כעס.

מיט איין אימפעט האט מען זיך געלאזט אין וועג אריין, נאך צו יאגן די באנדיטן די צוויי גרויסע גנבים.

און מען האט זיי געטראפן! מען האט זיי געכאפט! און צוגעבינדן צום וואגן, און מיט שרעקליכע בזיונות און גרויסע ביטערע יסורים זיי אנגעהויבן ארום צו שלעפן די גאסן, מיט קולות און געשרייען אויף די צוויי גנבים וואס האבן זיך דערוואגט צו בא’גנב’נען דעם פריץ.

אזוי צווישן די געשלעגערייען און די געראנגלען קומט אן א הויכראנגיגע אפיציר מיט הערליכע שיינע מאנדירין אויף די קליידער, און פרעגט וואס דא גייט פאר, און דער פריץ לייגט אראפ דעם מצב מיט גרויס אויפברויז איבער די צוויי באנדיטן.

דער אפיציר, געבט א קוק אויף זיי, און רופט זיך אהן: “ניין, עס קען נישט זיין אז אזעלכע נארישע בעטלערס זאלן דאס בא’גנב’נען, און אויב יא וואלטן זיי שוין דאס פון לאנג מודה געווען, איז אויב אזוי לאזט זיי אפ, עס איז נישט קיין כבוד פארן פריץ זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע נארישע מענטשן”.

און דערנאך דרייט זיך דער אפיציר אויס צום רבי ר’ זושא: “און פאר דיר זאג איך, נעקסטע מאל זאלסטו נישט דערציילן!!!”

(דער אפיציר איז געווען דער בעל אכסניא וואס איז איהם געקומען ראטעווען!)

די מעשה האט דערציילט הרה”ק ר’ יענקעלע מפשעווארסק זיע”א

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.