ארטיקלען און געדאנקען

קה אכסוף אין חיפה (א)

איינס פון די וויכטיגסטע זאכן אינעם שבת קודש איז דאס זינגען, פארשטייט זיך אז די זמירות וואס זענען נתחבר געווארן ברוח הקודש האט מער חשיבות און קדושה ווי סתם ניגונים, על אחת כמה וכמה דער הייליגער ניגון קה אכסוף, וואס איז נתחבר געווארן ברוח הקודש, און דער ניגון ווערט געזינגען דורך צדיקים וחסידים אין אלע דורות מיט גרויס התעוררות און דביקות, און אט הייבט זיך אן צו הערן פון דא און דארט, אז מ’קען אויך פועל’ן ישועות ביים זינגען דעם הייליגן ניגון, דעריבער וועלן מיר דא איבערגעבן א מעשה וואו מ’זעהט עין בעין, דעם גרויסן כח פון דעם הייליגן ניגון.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט חודש חשון תשע”ו, אין די שטאט חיפה, ווען א איד, וואס האט ליידער נישט זוכה געווען צו לעבן א לעבן פון קדושה וטהרה, און איז ליידער זייער ווייט געווען פון תורה און מצוות, האט פארענדיגט זיין לעבן בקדושה ובטהרה, ווען זיין נשמה איז געווארן אויסגעוואשן אין די לעצטע מינוטן פון זיין לעבן אויף דעם נידעריגן עולם השפל.

די מעשה האט איבערגעגעבן הרה”ח ר’ יוסף לייב יאקאב שליט”א פון ירושלים עיה”ק, וועלכער האט עס געהערט פון “כלי ראשון”, פון הרה”ג רבי יעקב חנוך שוואדראן שליט”א רב פון קארלין אין ירושלים, וועלכער האט מיטגעהאלטן דעם עפיזאד אינעם ערשטן טאג ווען דאס האט פאסירט, לאמיר נישט צופיל מאריך מיט קיין הקדמות נאר איבערגעבן דאס ווארט פאר הרה”ג רבי יעקב חנוך שליט”א און צוגיין צום עפיזאד:

ווען דער יונגערמאן, וואס וואוינט לעצטנס אין די שטאט חיפה, איז געווען א ישיבה בחור, וואס איז געזעצן על התורה ועל העבודה אין איינע פון די ברייט בארימטע ישיבות אין ירושלים עיר הקודש, פלעגט ער פון צייט צו צייט עסן די שבת’דיגע סעודות ביים רב פון די קארלינער קהילה אין ירושלים, הרה”ג רבי יעקב חנוך שוואדראן שליט”א.

אין אט דעם קארלינער שטוב, צום שיין פון די שבת ליכט, איז ער נענטער געווארן צו חסידות בכלל און צו די קארלינע הייליגע ניגונים בפרט, ווען זיין נשמה האט אנגעפאנגען צו ציען צו עפעס העכערס, און טראץ וואס ביי זיין פאטער אין שטוב איז ער נישט צוגעוואוינט געווען צו א ווארימע חסיד’ישע טיש מיט חסיד’ישע הייליגע ניגונים, האט ער אבער, זייענדיג דא אויף די שבת’דיגע סעודות, איינגעזאפט אין זיך פון די פילע שירי דבקות פונעם מייסד השלשלת לבית קארלין.

אבער מער ווי אלע אנדערע הייליגע אור אלטע קארלינער ניגונים, האט זיין נשמה זיך צוגעכאפט כמים קרים לנפש עייפה צום הייליגן ניגון “קה אכסוף נועם שבת”, דער הייליגער פיוט וואס איז פארפאסט געווארן דורכן קודש הקדשים רבי אהרן הגדול פון קארלין זי”ע, אויף די הוראה פון זיין הייליגן רבי’ן דער מגיד הקדוש פון מעזריטש זי”ע.

ווען ער האט חתונה געהאט, מיט עטליכע מאנאטן צוריק בשעה טובה ומוצלחת, האט ער אויפגעשטעלט זיין שטוב אין די שטאט חיפה. און טראץ וואס ביי זיין טאטן אין שטוב איז ער נישט געוואוינט געווען דערצו, האט ער אבער מיטגענומען מיט זיך די דאזיגע הייליגע ניגונים און דאס האט אים באגלייט אויך אויף די הויכע בערג פון כרמל אין די שטאט חיפה און די גלילות ארום, ווען ער האט עס גע’חזר’ט די גאנצע צייט, וואוסנדיג אז דאס זענען הייליגע ניגונים וואס שטאמען פון א מקור קדוש וטהור וואס רעדט צו די נשמה און ברענגט ארויף דעם איד למעלה בקודש.

געווען איז עס  ג’ חשוון תשע”ו. עטליכע טעג דערנאך וואס דער ווינטער זמן האט זיך אנגעפאנגען אין די ישיבות, האט דער יונגערמאן באקומען א טעלעפאן רוף פון זיין יוגנט פריינד, וועלכער לערנט אין זיין ישיבה אין ירושלים און ער האט געהערט פון אים אז דער פרישער זמן הלימודים האט זיך אנגעפאנגען ביי אים מיט א לינקן פוס.

אלעס גייט מיר קאפויער און קרום”, האט זיך דער בחור אויסגערעדט פאר זיין יוגענט פריינד, דער יונגערמאן אין חיפה. “דער חברותא וואס איך האב געוואלט האבן פאר סדר ראשון לערנט ביים סוף מיט אן אנדערן, אין דארמיטארי האט מען מיר צוזאמגעשטעלט מיט צוויי בחורים, וועמען איך האב נישט געוואלט, ביים שיעור האט מען מיר אריינגעשיקט צום צווייטן מגיד שיעור וואס איך האב געבעטן, גארנישט גייט מיר נישט, איך בין א גרויסער לא יוצלח…”.

דער בחור האט דערציילט פאר זיין יוגנט פריינד, דער נאר-וואס חתונה געהאט’ער יונגערמאן, אז ער טראכט ערנסט פון צו פארלאזן די ישיבה און זיך גיין זוכן א צווייטע ישיבה, “אבער גיי טרעף א ישיבה וואס וועט מיר ארייננעמען איצט אנפאנג זמן”, האט ער אויסגעפירט מיט קענטיגע ווייטאג, ווען טרערן שטיקן אים ביים האלז.

דער יונגערמאן וועלכער האט אים אויסגעהערט א לענגערע צייט, האט פרובירט מיט אלע סארט וועגן אים אפצורעדן פון אנצונעמען געאיילטע שריטן שוין ביים אנפאנג זמן, ער האט אים פרובירט צו בארואיגן אז מ’קען גארנישט וויסן פון די ערשטע עטליכע טעג אין זמן און מ’טאר נישט אננעמען שנעלע מסקנות וואס קען שפעטער זיין זייער שלעכט אויף א גאנץ יאר.

אבער דער בחור איז געווען צובראכן ווי א שארבן און ער האט נישט געוואלט אננעמען די טרייסט ווערטער און בארואיגונגס מיטלען וואס דער יונגערמאן האט אים פארגעשלאגן, און ווי מער דער יונגערמאן האט אים פרובירט צו בארואיגן, אלס מער האט עס ארויסגעשטארט ביי דעם בחור, ביז ווען ער האט אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין, צו וואס דער יונגערמאן איז שוין פארבליבן אן א לשון און האט אנגעפאנגען צו טראכטן וואס טוט מען דא? וויאזוי העלף איך ארויס מיין אזוי געטרייער חבר און פריינד פאר אזויפיל יארן?

ווייסטו וואס? איז פלוצים בייגעפאלן פארן יונגערמאן א געניאלער בייפאל, מארגן נאכט איז דאך ליל שישי, איך מיין אז דו זאלסט נעמען א באס קין מירון, פאר אריבער צו רבי שמעון, וויין דיך גוט אויס ביים הייליגן ציון, און פון דארט, אז דו ביסט שוין אין גליל, נעם א באס קיין חיפה און כאפ זיך אריבער צו מיר, מיר וועלן אינאיינעם ארויסגיין אויף א שפאציר אויף די קילע בערג און אפשר וועט דיר גרינגער ווערן און דו וועסט דערנאך צוריקפארן מיט פרישע כוחות הנפש און אנפאנגען דעם נייעם זמן מיט חשק און התמדה?!”.

אין די שפעטע פארנאכט שעה’ן פון יענעם ליל שישי איז דער בחור אנגעקומען קיין מירון צום ציון הקדוש פונעם תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זי”ע און האט זיך אויסגעוויינט מיט אן הייסע תפילה פארן הייליגן באשעפער “והאר עינינו בתורתיך” געב מיר א געשמאק אין די תורה הקדושה, מאך מיר ליכטיג אז עס זאל מיר זיין זיס און פיין דער לימוד התורה אין ישיבה.

דער בחור האט זיך אויפגעהאלטן צוויי שעה ביים ציון הקדוש און ווען ער האט געשפירט ביי זיך אז ער האט זיכער גע’פועל’ט א ישועה שלימה, האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום ערשטן באס סטאפ אונטן אינדרויסן פון דעם דארף מירון, און איז ארויף אויפן ערשטן באס וואס פירט צו די שטאט חיפה.

אנקומענדיג אין שטאט חיפה, האט אים שוין זיין יוגענט פריינד דער יונגערמאן, אפגעווארט ביים באס סטאפ און זיי האבן זיך אינאיינעם ארויסגעלאזט אויף א שפאציר, צו מקיים זיין דער “דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים” און מעגליך אז עס וועט אויך מקויים ווערן דער “וירווח לו”, עס וועט אים דערנאך לייכטער ווערן אויפן הארץ און ער וועט צוריק אהיימפארן מיט פרישע כוחות הנפש, אנצופאנגען דעם נייעם זמן מיט א רעכטן פוס.די צוויי האבן אנגעפאנגען זייער שפאציר און זענען ארויף אויפן בארג וואס פירט ארויף צום “רמב”ם” שפיטאל אין שטאט, דארט איז דא א רואיגע שטילע גארטן, וואו עס בלאזט א לייכטע קילע ווינטל פון אנפאנג ווינטער, און זיי האבן זיך אוועקגעזעצט אויף א באנק אין א ווינקל, ווען דער יונגערמאן האט אנגעפאנגען אויסצורעדן זיין חבר מיט דברי חיזוק און מוט ווערטער.

די דברים היוצאים מן הלב וואס זענען ארויסגעקומען פון טיפעניש פון הארץ פון דעם איידעלן חשוב’ן יונגערמאן, האבן צוביסלעכווייז אנגפעאנגען אריינצודרינגען אינעם הארץ פון דעם בחור. די ווערטער האבן שטאטעליך אנגעפאנגען צוצענעמען די זארג און צובראכנקייט פון דעם בחור, ווען זיי האבן אים צוביסלעך אויפגעוויזן אז זיינע שאיפות זענען נאכנישט צוגרונד געגאנגען און זיינע האפענונגען זענען נאכנישט באהאלטן געווארן און פארקערט “מעז יצא מתוק” און ער וועט נאך האבן א גרויסן תועלת פון דעם איצטיגן זמן אין ישיבה און ער וועט נאך אויסוואקסן אן עילוי בתורה מיט בלויז אביסל מער חשקות התורה און נישט קוקן אויף אלע שטערונגען און מניעות וואס דער יצר לייגט אונטער באלד אינעם ערשטן וואך פון דעם פרישן זמן.

זייענדיג שוין עטוואס אביסל מער אויפגעמונטערט, ווען דער בחור האט שוין אנגעפאנגען צו שפירן אז א שווערער שטיין פון הארץ האט זיך ווי אראפגעגליטשט פון אים, האבן זיך די צוויי חברים געטראפן אוטערזינגען דביקות’דיע ניגונים פון שבת קודש וואס קומט צו גיין, זיי האבן ארומשפאצירט פון איין ניגון צום אנדערן און דער ליל שישי ווינטל האט צוגעגעבן צום טעם פון שבת קודש וואס שטייט שוין אט אט ביים שוועל, ווען איין ניגון שלעפט אריין דאס אנדערע, זיך דערמאנענדיג אינאיינעם פון די נישט לאנגע זכרונות, ווען זיי האבן אינאיינעם געגעסן די שבת’דיגע סעודות ביים קארלינער רב אין ירושלים.

“קה אכסוף נועם שבת המתאמת, המתאמת ומתאחדת בסגולתך…”, האבן זיי אינאיינעם אנגעפאנגען צו זינגען, ווען דער הייליגער ניגון פון הרה”ק רבי אהרן הגדול פון קארלין זי”ע, הערט זיך שטילערהייט פון די צוויי מיטן התרגשות’דיגער און עמאציאנאלער ניגון וואס זיי האבן זיך אינאיינעם אויסגעלערנט ביים קארלינער גאסט-געבער אין ירושלים.

“אוי וטהר לבם באמת ובאמונה לעבדך, קה אכסוף נועם שבת המתאמת ומתאחדת בסגלתך”…

פלוצים ווערט זייער הארץ פארהאלטן מיט א קלאפ, און זייערע קולות ווערן שטילער אונטער א גייסט פון ציטער און אנגסט וואס לאזט זיך אראפ אויף זיי. דער ציטער און אנגסט ווערט שטערקער, ווען זיי באמערקן ווי אן אומבאקאנטער פארדעכטיגטער מענטש, דערנענטערט זיך צו זיי, ער דערנענטערט זיך און דערווייטערט זיך מיט עטליכע שפאן, און ווי עס גייט אדורך צוויי מינוט באווייזט ער זיך ווידעראמאל, ער קוקט און בליקט אויף זיי, און זיי טרעפן זיך דא אליינס אינמיטן די פינסטערניש פון די נאכט ווייט פון מענטשנס אויגן, אויבן אויפן בארג אפגערוקט פונעם שפיטאל און ווער ווייסט?!…

די טעג זענען טעג פון טעראר אנפאנג יאר תשע”ו, ווען ס’איז ליידער אין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירתה, טאג טעגליך הערט מען איבער פרישע טעראר אטאקעס און שטעכערייען פון אראבישע טעראריסטן. די שטאט חיפה איז א געמישטע שטאט פון אידן און להבדיל אראבערס, און די צוויי פאנגען אן צו ציטערן ווען זיי זעהן א פארדעכטיגטער מענטש דרייט זיך נעבן זיי אן אויפהער, ער קוקט און בליקט, און די צוויי רעדן אפ צווישן זיך אז ס’איז צייט צו הייבן פוס און אנטלויפן עוד נשמתם בם…

פארזעצונג קומענדיגע וואך בעז”ה

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.