ארטיקלען און געדאנקען

אין קרעטשמע אויפן וועג קיין לובלין

אין א שטעטל אין פולין נישט ווייט פון ‘לובלין’ האט געוואוינט א איד, ר’ שמעון, א פשוטע קרעטשמער, נישט קיין גרויסע תלמיד חכם און בעל השגה, סתם א וואולע תמימות’דיגע אידל, ער פלעגט ארויסדינגען פונעם פריץ פון דארף די קרעטשמע מיט די גארטן ארום, און אזוי האט ער געהאט שיין פרנסה פון אויהאלטן די קרעטשמע, די פויערן פון דארף פלעגן קומען צו אים קויפן ברויפן, און אויך זענען געווען אסאך דורך גייער אינעם שטעטל וואס האבן זיך אפגעשטעלט אין זיין קרעטשמע זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלעזל ברויפן.

אויך איז געווען אין קרעטשמע עטליכע צימערן וואס ער פלעגט פארדינגען פאר די געסט וואס האבן זיך אפגעשטעלט איבערשלאפן א נאכט, ווען עס איז געקומען צו אים אין קרעטשמע א איד האט ער זיך געפרייט צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים מיט א הידור.

דאס דינגען דעם קרעטשמע פונעם ארטיגן פריץ האט ר’ שמעון שוין געהאט בירושה פון זיין טאטן און זיידן, שוין יארן לאנג וואס ער מיט זיין טאטע און זיידע האבן שוין די חזקה פון ארויסדינגען דעם קרעטשמע פונעם פריץ, ער געדענקט נאך ווען אלץ אינג בחור’ל ווען זיין זיידע האט נאך אנגעפירט מיט די ווערטשאפט אין קרעטשמע פלעגט ער אלץ אויפנעמען די חסידים וואס פלעגן קומען איבערנעכטיגן אויפן וועג צו זייער רבי’ן, דער הייליגער חוזה  פונעם דערנעבנדיגע שטאט לובלין.

ס’ליגט אים נאך אין די ביינער ווי דער זיידע פלעגט אלץ אויפנעמען די חסידים מיט א שמייכל און זיי מכבד זיין מיט א פיינעם סעודה, בדרך כלל פלעגן די חסידים קומען צו פיס, זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו דינגען א פיאקער, און ווען זיי זענען אנגעקומען אין קרעטשמע זענען זיי געווען גוט אויסגעמוטשעט, און דער זיידע האט זיי געגעבן גוט צו עסן, און דערנאך צוגעשטעלט ווארעמע געלעגערס צו איבערשלאפן און זיך אנזאמלען פרישע כוחות צו ממשיך זיין ווייטער מיט די נסיעה קיין לובלין.

ר’ שמעון איז געווען זייער באקוועם מיט זיין פרנסה, אלעס איז געפארן על מי מנוחות ביז איין אווענט ווען א שליח פון פריץ האט זיך באוויזן ביים טיר און איבערגעגעבן א באפעל פונעם פריץ אז ביז ענדע יאר מוז ער מיט זיין גאנצע פאמיליע פארלאזן דאס קרעטשמע ווייל ער וויל עס פארדינגען פאר א צווייטן, א גוי וואס קומט אהער וואוינען אינעם דארף.

א דינער אינמיטן העלן טאג איז נישט אזא שטארקע שאק ווי דער שאק וואס האט באנומען שמעונ’ן ווען ער האט באקומען די מעלדונג, אזוי פלוצלינג בלייבט ער אן א דאך איבערן און אן א מקור פאר פרנסה, ער לויפט אריבער שנעל צום פריץ און נעמט זיך אים בעטן בתחנונים אז ער זאל עס נישט טון צו אים, שוין דריי דורות וואס פירן אן מיט די קרעטשמע, ס’איז נישט יושר אז מ’זאל עס פארדינגען פאר א צווייטן.

אבער זיינע געוויינען זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, דער הארטנעקיגער פריץ האט אים טריקן געזאגט אז ביז פיר וואכן מוז ער פארלאזן דעם קרעטשמע.

די נאמען פונעם הייליגן דברי חיים איז שוין דעמאלטס געווען ברייט באוואוסט פאר א גרויסער פועל ישועות, הונדערטער מעשיות האבן זיך ארומגעדרייט ווי אידן זענען געהאלפן געווארן ביים צדיק מיט ישועות מעל לדרך הטבע, האט ר’ שמעון אפגעמאכט אז ער פארט קיין צאנז, ער פארט זיך אויסוויינען זיין ביטער הארץ פארן הייליגן דברי חיים, הלואי זאך אים די רבי העלפן אין זיין מצב.

ר’ שמעון איז אנגעקומען קיין צאנז און גלייך צוגעגאנגען צום הייליגן הויז פונעם צאנזער רב זי”ע, ער איז אריין צום רבי’ן און אים איבערגעגעבן א קוויטל מיט זיין נאמען און די נעמען פון זיין גאנצע משפחה, דער דברי חיים ליינט דעם קוויטל וואו עס איז געשטאנען אויסגערעכנט די נעמען פון אלע קינדער, און פרעגט אים “נאך וועם הייסט דאס עלסטע קינד?”, אזוי האט ער געפרעגט אויף יעדן קינד באזונדער נאך וועם ער הייסט, ער האט זיך פונקטליך אינטערעסירט נאך וועלכער זיידע, וואו ער האט געוואוינט א.א.וו.

דער איד האט זיך קוים געקענט דערמאנען פונקטליך אלע נעמען פון די זיידעס און וואו זיי האבן געוואונט, און ווען ער האט שוין ענדליך געענדיגט זאגן אלע נעמען נאך וועם זיינע קינדער הייסן, און האט געוואלט זאגן זיין בקשה, אבער דער דברי חיים רופט זיך אן, “גיי אהיים לחיים ולשלום”.

דער איד איז ארויס און געבליבן שטיין וואונדערנדיג וואס דא גייט פאר, ער איז געקומען מיט א צרה אז מען ווארפט אים ארויס פון זיין קרעטשמע, און דער דברי חיים האט גאר גערעדט פון עפעס אנדערש און אים תיכף אוועק געשיקט, איז דער איד געגאנגען צו איינעם פון די קינדער פונעם דברי חיים מיט א פארביטערט הארץ פרעגן וואס דא גייט פאר, איז דער זון אריין צו זיין גרויסן טאטן פרעגן מיט דרך ארץ וואס דער איד זאל טון, און דער הייליגער דברי אט אזוי פארציילט ער:

ווען איך בין געווען א אינגערמאן און איך האב געוואוינט אין די שטאט טארניגראד, האבן מיר – עטליכע חסיד’ישע אינגעלייט – זיך צוזאמען גענומען צו פארן קיין לובלין צום הייליגן ‘חוזה’ אויף שבת שירה, קיין געלט אויף שפעזן האבן מיר נישט געהאט דערפאר האבן מיר זיך ארויסגעלאזט זונטאג צו פיס מיטן חשבון אנצוקומען אויף שבת קיין לובלין, קיין עסן האבן מיר אויך נישט מיטגענומען אויפן וועג, נאר איבעראל האבן מיר זיך אפ געשטעלט ביי אן אכסניא און געבעטן עפעס צו עסן”.

עטליכע פון די אינגעלייט זענען געווען פרומע” – איז דער דברי חיים ווייטער ממשיך צו פארציילן – “און האבן גע’טענה’ט אז מיר טוען נישט ריכטיג מיטן בעטן עסן פון א צווייטן, עס איז א חסרון בטחון, מ’דארף גלייבן אז השי”ת וועט צושיקן עסן אן בעטן פון מענטשן, אויך קען זיין אז דער בעל אכסניא איז אן ארעמאן, אדער ער האט נישט קיין ברירה און ער מוז געבן ווייל מען בעט, און מ’עסט א ‘סעודה שאינה מספקת לבעליה’, דערפאר האבן מיר באשלאסן אז מיר וועלן מער נישט בעטן קיין עסן, נאר אויב מ’וועט אונז געבן וועלן מיר נעמען, אזוי זענען מיר געגאנגען ווייטער דורכגייענדיג עטליכע אכסניות וואו מיר האבן נישט געבעטן און זיי האבן נישט געגעבן”.

אזוי איז א דורך דריי טעג און מיר האבן גארנישט געגעסן און די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט פון דעם שווערן וועג וואס מיר זענען געגאנגען צופיס, האבן מיר נאכאמאל זיך באטראכט און מחליט געווען אז מ’מוז צוריק גיין צום אלטען און יא בעטן עסן, האבן די פרומע ווייטער געזאגט אז אפשר הייסט עס ווי א נדר וויבאלד מען האט זיך שוין אזוי געפירט דריי מאל, און מ’קען מען נישט חרטה האבן דערפון, האבן מיר טאקע ווייטער אויך נישט געבעטן, און מיר זענען ווייטער געגאנגען אן כוחות, ביז מיר האבן באשלאסן אז עס גרעניצט זיך שוין מיט פיקוח נפש, דערפאר וועלן מיר גיין ביז די קומענדיגע קרעטשמע – וואס איז געווען אויפן שפיץ בארג – אויב וועט מען אונז געבן אן בעטן וועלן מיר זיך ווייטער האלטן צו דעם מנהג, אויב וועט מען נישט געבן וועלן מיר מוזן בעטן”.

די אינגעלייט זענען ארויף דעם בארג צו די קרעטשמע” האט דער צאנזער רב ווייטער דערציילט – “שנעלער ווי מיר מיט מיינע ווייעדיגע פיס, און ווען איך האב מיך דערשלעפט צו די קרעטשמע האב איך געזען ווי די גאנצע חברייא זיצן שוין אונטערן בוים און עסן א סעודה, און דער בעל הבית שטייט און טיילט די מאכלים, איך האב נישט געפרעגט צו מען האט יא געבעטן אדער נישט ווייל עס איז שוין געווען א מצב פון פיקוח נפש, איך האב מיך שנעל געוואשן און מיט געגעסן מיט זיי”.

נאך די סעודה פרעגט אונז דער בעל הבית, “אינגעלייט, וואו גייט איר?”, ווען מיר האבן געענטפערט קיין לובלין צום רבי’ן, האט דער איד געזאגט מיר זאלן בלייבן ביי אים נעכטיגן – עס איז געווען דאנערשטאג נאכט – און אינדערפרי וועל איך נעמען א גרויסן וואגן און מיר וועלן אינאיינעם פארן קיין לובלין, דער איד האט טאקע געהאלטן ווארט און האט אונז געגעבן א שיינע אכסניא און אונז זייער מכבד געווען, עס איז דורך א הערליכע שבת ביים רבי’ן אין לובלין, און נאך שבת האט ער אונז צוריק געברענגט מיטן וואגן ביז זיין קרעטשמע און פון דארט האבן מיר צוריק שפאצירט אהיים”.

זייט דעמאלט איז שוין פארלאפן זייער אסאך יארן” האט דער דברי חיים אויסגעפירט – “איך האב אסאך מאל געטראכט אז דער איד האט מיך דאך ממש מחיה געווען, קומט דאך איך זאל אים מכיר טובה זיין, בפרט היינט ווען ער איז שוין זיכער אויפן עולם האמת דארף איך אים דאך אוודאי מכיר טובה זיין, אבער איך ווייס נישט זיין נאמען אז איך זאל קענען אויס’פועל’ן פאר אים עפעס, עס האט מיר זייער וויי געטוהן”.

יעצט ווען דער איד איז אריין געקומען צו מיר און געזאגט אז ער האט א קרעטשמע נעבן לובלין, האב איך אים געפרעגט פונקטליך וואו זיין קרעטשמע איז, און לויט ווי ער האט מיר געזאגט איז דאס טאקע די זעלבע קרעטשמע, און דער ר’ שמעון איז מן הסתם אן אייניקל פון יענעם איד, האב איך אים אויסגעפרעגט פונקטליך יעדעס קינד נאך וועם ער הייסט כדי צו וויסן פונקטליך זיין טאטנ’ס נאמען און די נעמען פון זיינע עלטערן, כדי איך זאל אים קענען א טובה טוהן אויף יענע וועלט”.

האט דער זון געפרעגט, “אבער דער איד דארף דאך יעצט א ישועה דער פריץ וויל אים ארויסווארפן?”, האט דער דברי חיים געענטפערט, “אז איך קען שוין צוריק טוהן א טובה פאר זיין זיידן וועט ער שוין זיכער געהאלפן ווערן, ער קען צוריק פארן און עס וועט אים גארנישט פעלן…”

דער איד איז טאקע צוריק געפארן צו זיין דארף, און גלייך ביים אנקומען האט ער זיך דערוויסט אז דער פריץ זיכט אים, ער איז שנעל אריבערגעגאנגען צום פריץ, און ווי נאר ער קומט אריין האט זיך דער פריץ זיך גענומען צו אנטשולדיגן אז ער האט געמאכט א טעות, און ער וויל מער נישט צו נעמען קיינמאל פון אים די קרעטשמע וואס זיין משפחה האלט שוין אזויפיל יארן.

זכותם הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כן ישראן אמן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.