ביזנעס און פינאנץ

וויין באטל פארקויפט זיך פאר א רעקארד סומע פון 558,000

א באטל “פראנצויזישער-בירגענד”י” וואס איז ארום 73 יאר אלט, איז געווארן דער טייערסטער וויין באטל אין היסטאריע, צו פארקויפט ווערן אויף א ליציטאציע, מיט די פרייז פון איבער א האלבן מיליאן דאלער.

די ראמעני-קאנטי באטל פון יאר 1945 איז געווארן פארקויפט אין ‘סאטעבי’ס’ פאר מער ווי 17 מאל טייערער ווי איר ארגינעלער אפשאצונג פון 32,000 דאלער. נאך א באטל פון די זעלבע וויין באטל און עלטער, איז געווארן פארקויפט פאר 496,000 מאמענטן שפעטער ביי די זעלבע אויספארקויף.

די וויין פארקויף האט אפגענומען דעם רעקארד פון דער פריערדיגער מערסט-טייערער-פארקויפטער וויין באטל, זייענדיג א 3 ליטער פלעשל פון 1945 מאוטען-ראטשילד, וואס איז געווארן פארקויפט אין סאטעבי’ס אין יאר 2007 פאר די סומע פון 310,000.
דער וואס האט דאס אפגעקויפט איז א כינעזער רייכער מאן, וואס האט אויך געקויפט א באטל וויסקי, און האט באצאלט 843,200 פאר זיינע צוויי פלעשער.

“די נייע וועלט רעקארד וואס האט זיך געשאפן אין היינטיגן טאג’ס אויספארקויף, שטיצט אונטער אז די הויכע פארלאנג פאר וויין און געטראנקען פון אויסנאמליכע קוואליטעט, איז ביי א הויכער שטאפל ווי קיינמאל בעפאר, און גלאבאלע זאמלער זענען גרייט צו גיין דעם עקסטערן מייל צו איינהאנדלען די פלעשער פון סיי וועלכע סארט וויין, וואס זענען שווער צו געפונען,” האט געזאגט דזשעימי-ריטשי, דער אלוועלטליכער אנפירער פון די סאטעבי’ס וויינען.

די ‘ראמעני-קאנטי’ סארט וויין איז געווארן דער קעניג פון געזאמלטע וויינען, און די פלעשער וואס זענען ערצייגט געווארן אין יאר 1945 טראגט דער טייערסטער פרייז, צוליב וואס ס’איז געווארן פראדוצירט נאר 600 באטלעך אין יענע יאר.

סאטעבי’ס האט אראפגעלייגט די וויינען אלס ‘קאנסענטרעיטעד און עקזאטיש,’ און האט אויך פארמאגט נאך א היסטארישן פונקט, אז די פלעשל איז געליגן ביז יעצט ביי א גרויסער וויין זאמלער און פראדוצירער מיט’ן נאמען ראבערט דרוהים, א לעגאנדארער נאמען אין וועלט פון וויינען, וואס האט נאך געקויפט דעם פלעשל פון די פירמע זעלבסט.

א פלעשל ראמעני-קאנטי וויין, וואס האט זיך פארקויפט ביי א ליציטאציע פאר 558,000$ איז געווארן דער טייערסטער וויין פלעשל פארקויפט צו ווערן סיי ווען.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.