ארטיקלען און געדאנקען

די חנוכה ליכט פאראייניגט די משפחה

אין די צייטן פון די שפאנישע אינקוויזיציע האט געוואוינט אין שפאניע איד מיט’ן נאמען רבי נחום מענדאזא. לעבנדיג אין א צייט ווען צו זיין א איד איז געווען א סכנה האט ער אויסבאהאלטן זיין אידישקייט אינדרויסן אבער ווייטער געהאלטן אידישקייט אין געהיים, ווען ער געבט אבאכט אז די לאנגע האנט פון די אינקוויזיציע זאל אים נישט דערגרייכן.

רבי נחום האט געהאט צוויי קינדער. איין קינד האט געהייסן אפרים און די צווייטע קינד איז געווען א טאכטער און זי האט געהייסן חנה.

אין די ערשטע יארן ווען די קינדער זענען געבוירן געווארן האט ר’ נחום באהאלטן פון זיינע קינדער דער פאקט אז זיי זענען אידן און האלטן אידישקייט אין געהיים. דער פחד און שרעק וואס געהערשט אין לאנד, אז מען וועט זיי דערווישן און שפעטער ברענגען אויפ’ן שייטערהויפן, האט זיי צוגעברענגט אז אז זיי זאלן נישט דערציילן פאר די קינדער פון פחד אז זיי וועלן זיך איינמאל בטעות פאררעדן און די ידיעה אז זיי היטן אידישקייט וועט אנקומען צו די אויערן פון די רשעות’דיגע אינקוויזיציע.

אבער ווען די קינדער זענען עלטער געווארן און מען האט זיי שוין געקענט געטרויען אז זיי וועלן האלטן זייער מויל, האבן די עלטערן דערציילט דעם סוד פאר די קינדער און זיי אויך מיטגענומען צו די אונטער ערדישע קעלערן וואו זיי האבן געהיטן פסח און געפראוועט די סדרים און אויך געצינדן די חנוכה ליכט, יעדער נאכט חנוכה.

איין נאכט חנוכה, ווען די מענדאזא משפחה איז געזעסן און געפראוועט די חנוכה לכט האט זיך געהערט שטארקע קלאפעריי אויפ’ן טיר. די משפחה האט אנגעהויבן מורא האבן אז עס איז די אינקוויזיציע לייט.

די מוטער האט געעפנט דעם טיר און ווען זי האט געעפנט האט זי געטראפן שטיין ביים טיר די אינקוויזיצע לייט. זיי זענען געקומען מיט א גע’חתמ’טער ארעסט אורטייל און זיי ארעסטירט אויפ’ן פארדאכט אז זיי זענען אידן און היטן מצות אין געהיים.

מען האט זיי ארעסטירט און אין תפיסה זענען זיי געוואויר געווארן אז א שכן האט זיי פאר’מסר’ט אז זיי היטן אידישקייט און האבן געצינדן חנוכה ליכט אין אן אונטער ערדישן בונקער. אין אנהייב האבן די עלטערן געלייקנט, אבער די אינקוויזיציע האט זיי ביטער געפייניגט און ענדע האבן זיי זיך געבראכן און דערציילט אז יא, זיי האבן געהיטן אידישקייט אין בונקער און אז אויך יענער נאכט האבן זיי געצינדן חנוכה ליכט.

ווי עס איז געווען דער שטייגער פון די בלוט דארשטעריגע קריסטן האט מען פאר היטן מצות געאורטיילט די אידן צו ווערן פארברענט אויפ’ן שייטערהויפן.

דער ריכטער האט באשטימט א טאג ווען מען דורכפירן דער שייטערהויפן און מען האט די עלטערן געברענגט אין דער עפענטליכקייט צו ווערן פאברענט לעבעדיגערהייט.

ר’ נחום איז אריבער שווערע פיינונגען איידער ער איז פאברענט געווארן אויף קידוש השם, די שווערע יסורים האט אים צובראכן פיזיש, אבער געשטארקט גייסטיש אז ענדליך קען ער צוריקקומען צום שורש און לעבן אפן ווי איד. ווען ער איז ארויפגעברענגט געווארן אויפ’ן פייער, האט ער מיט א געהויבענער קאפ אויסגעשריגן שמע ישראל און איז געווען בשמחה אז ער קען אויסגיין אויף קידוש השם.

די עלטערן האט מען פארברענט אבער דא האט זיך נישט געענדיגט די רשעות פון די אינקוויזיציע, זיי האבן זיך נישט באגענוגט מיט די רציחה’דיגע וועג ווי אזוי זיי האבן אומגעברעגנט די עלטערן, זיי האבן אויך צוגערויבט די קינדער.

די קריסטן האבן די קינדער אוועקגעגעבן אויף ערציאונג און עקסטער אויסגעוועלט היימען וואו מען איז געווען שטארק קריסטליך געשטימט, וואו מען וועט ערציען די קינדער צו זיין אן ערליכער געטרייער קריסט. צומאל פלעגט מען זיי אויך איבערגעבן צו א קלויסטער, וואו די קריסטליכע מאנאשקעס האבן איבערגענומען די שליטה אויף דאס קינד און זיי געגעבן א קריסטליכער ערציאונג, ווען אין אממערסטענס פעלער זענען די יונגע אידישע נשמות אויפגעוואקסן גלחים פון די קריסטליכע רעליגיע.

 אויך די קינדער פון ר’ נחום מענדאזא האט די אינקוויזיצע צוגערויבט און געזוכט פאר זיי א היים, וואו זיי וועלן קענען וואקסן אן וואס זיי זאלן געדענקען זייער אידישער אפשטאם אבער דא האבן זיך קינדער צעטיילט. די טאכטער חנה האט געהאט מזל אז זי איז אנגעקומען צו רבי ברוך מענדאזא, א ברודער מיט ר’ נחום, וועלכער איז געווען א גרויסער סוחר און עושר, אבער איז אויך געווען א איד אין געהיים.

רבי ברוך האט געבעטן מען זאל אים געבן ביידע קינדער, אבער די אינקוויזיציע האט אים געגעבן נאר דאס טאכטער און נישט דעם זון אפרים. דעם קליינעם אפרים האבן זיי געהאלטן פאר זיך און אים געגעבן א קריסטליכע ערציאונג און געהאפט אז ער וועט וואקסן אן ערליכער קריסט און אפשר גאר א גלח.

אפרים איז געווען יונגער ווי זיין שוועסטער און מיט די צייט האט ער פארגעסן זיין אפשטאם און זיינע עלטערן און אויך די חנוכה ליכט, און איז געוואקסן ווי א גוי אונטער’ן נאמען פערנאנדאז.

דער פערנאנדאז האט באקומען אן ערליכער קריסטליכער חינוך און זייענדיג א קינד מיט גוטע כשרונות, האבן זיינע ערציער אים פאראויסגעזאגט א גלענצעדע קארעריע און געגלייבט אז ער וועט קענען וואקסן א גרויסער געערטער גלח.

פערנאנדאז האט זיך צוגעשטעלט צו זיינע ערציער, אבער האט אויך גלייכצייטיג געוואוסט אז ער איז נישט געבוירן געווארן אין די קירכע, נאר האט פארמאגט עלטערן און געמאהנט ביי זיינע ערציערער אז זיי זאלן אים אויסזאגן ווער זיינע עלטערן זענען געווען און וואו זענען זיי אהינגעקומען.

די קירכע האט אים נישט געוואלט אויסזאגן דעם אמת. זיי האבן מורא געהאט אז ער קען נאך באקומען א נייגונג צו אידישקייט און אויך וועט ער ענטוויקלען א שנאה צו די קירכע, הערנדיג אז זיי זענען גע’הרג’ט געווארן דורך די קירכע, און וועגן דעם האבן זיי אים כסדר געזאגט אז זיינע עלטערן זענען דערמארדערט געווארן דורך די שפאנישע רעגירונג, ווייל זיי זענען געווען פאררעטער צו דעם שפאנישן רעגירונג.

ווען פערנאנדאז איז געווען יונג האט ער זיך געלאזט איבעררעדן אז זיינע עלטערן זענען אומגעבראכט געווארן פון די רעגירונג, אבער ווען ער איז עלטער געווארן האט ער אנגעהויבן גרינטעווען אין די דאקומענטן פון די קירכע און צו זיין ערשיטערונג געטראפן געשריבן אין די ארכיוון דאס נאמען פון זיין פאטער לע-אן און עטאלע מענדאזא אז זיי זענען אומגעברענגט געווארן דורך די קירכע ווייל זיי זענען געווען מאראנען.

יעצט האט ער שוין פארשטאנען אלסדינג. ער האט שוין געוואוסט זיין אפשטאם און אויך צו וואו זיינע פעדימער ציען און אויך צוליב וואס ער איז אנגעקומען אין קירכע.

די אלע פרטים האבן צוגערויבט זיין מנוחה און ער האט געווארט אויף א געלגענהייט צו דערגיין מער פרטים איבער זיין אפשטאם, און עס איז געווען אין יענער צייט ווען ער איז גערופן געווארן דורך דער גלח וואס איז געווען ממונה איבער אים אז ער באויפטראגט אים מיט א וויכטיגע מיסיע. ער האט אים דערציילט איבער א פארדאכט וואס אונטערגעקומען אויף א שפאנישן בירגער מיט’ן נאמען בענדיקט מענדאזא.

אפרים הערנדיג די מיסיע האט עס אנגענומען אבער גלייך ווען ער האט געהערט דאס נאמען האט זיך אין אים ערוועקט א פארדאכט אז דער ברוך איז זיינס א משפחה מיטגליד.

פערנאנדאז האט נישט דערציילט זיינע פארדאכטן פאר קיינעם און אויך נישט אז ער ווייסט ווער עס זענען זיינע עלטערן. ער האט אבער יא זיכער געמאכט אז די מיסיע פון נאכגיין די מענדאזא פאמיליע בלייבט ביי אים אין די הענט, עס פאלט נישט ארויס פון זיינע הענט.

פאר די קירכע האט ער געזאגט אז ער האט אנגעהויבן א שטרענגע רעוויזיע איבער די מענדאזא פאמיליע, ער פאלגט זיי נאך טעגליך און איינוועגס געבעטן אז מען זאל נישט שטערן זיין ארבעט, ווייל ער האט א ספעציעלער פלאן ווי אזוי ער גייט זיך דערנענטערן צו די פאמיליע און דערגיין צי זיי זענען אידן אין געהיים אדער נישט.

די קירכע איז געווען גליקליך אז דער פרישער יונגער פערנאנדאז נעמט די מיסיע ערנסט און ער גייט נאכגיין די משפחה. די בלוט דארשטעריגע קירכע האט געווארט מיט שפאנונג צו קענען אריינכאפן א נייער קרבן אין זייער נעץ און איבערגעגעבן דער קעיס אין די הענט פון פערנאנדאז.

פערנאנדאז האט טאקע געוועבט א פלאן, אבער אנדערש ווי דער פלאן פון די אינקוויזיצע האט ער געשפינט א פלאן ווי אזוי צו קענען דערגרייכן די פאמיליע און געוואויר ווערן צי זיי זענען זיינע פאמיליע מיטגלידער צי נישט.

וועלנדיג באשטעטיגן דער אמת איבער די משפחה האט האט ער זיך אין א טאג אראפגעלאזט צו יענעם שטוב ווען ער ווייסט נישט אז דער טאג ווען ער האט באשטימט זיי צו באזוכן איז געווען א חנוכה נאכט.

ווען ער איז אנגעקומען צו די שטוב פון מענדאזא האט ער זיי טאקע געטראפן אינמיטן פראווענען די חנוכה ליכט און די משפחה האט זיך דערשראקן זעענדיג אז אן אינקוויזיציע מאן באזוכט ביי זיי אינדערהיים, אבער אפרים האט זיי בארואיגט, אז זיי האבן נישט וואס צו זארגן ווייל ער גייט זיי נישט פאר’מסר’ן.

זעענדיג די ליכטלעך ער זיך דערמאנט פון זיינע אמאליגע יארן, וואו ער איז געזעסן מיט זיין פאמיליע און געפראוועט דעם יום טוב חנוכה און די אינקוויזיציע לייט האבן זיך אריינגעבראכן, ער האט זיך אויך דערמאנט פון זיין שוועסטער און זיך באגעגענט מיט איר דארט.

ער האט נישט געצעגערט לאנג וויסנדיג אז די אינקוויזיציע פארדעכטיגט זיי אין האלטן אידישקייט אין געהיים. ער האט זיי עס דערציילט און די פאראייניגטע משפחה האט באשלאסן אינאיינעם צו אנטלויפן נאך איידער עס ווערט צו שפעט און זיי וועלן שוין נישט עספיען צו אנטלויפן און אזוי ארום זענען זיי געראטעוועט געווארן אין זכות פון די חנוכה ליכט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.