ארטיקלען און געדאנקען

העכסטע וואלקנקראצער געביידע אין די וועלט, געבויעט אין סאוד אראביע

דובאי איז באקאנט מיט’ן פארמאגן די העכסטע וואלקן קראצער אויף די וועלט! אבער אין 2020 וועט די שטאט “דזשעדאן” אין סאדי אראביע איבערשטייגן דובאי’ס וועלט’ס העכסטע וואלקן קראצער, וואס איז 256 פיס 72 מעטער, מיטן זיין 3,280 פיס הויך דאס מיינט טויזענט מעטער. ווען א דזשורנאליסט פון די נייעס אגענטור “סי-ען-ען” האט באזוכט דעם בוי פראיעקט ביי די ענדע פון דעם פארגאנגענעם יאר 2017, האט די געביידע געהאלטן ביי 825 פיס הויך 252 מעטער. די געביידע וועט קאסטן א געשאצטע 1.4 ביליאן דאלאר.

וועלכע צוועק וועט די געביידע דינען?

די וואלקן קראצער וועט זיין די סימבאל פון דשעדאן עקאנאמיק קאמיוניטי און וועט דינען אלס א קאמערציאלע געביידע וואס וועט ענהאלטן האטעלן, אפיסעס, וואוינונגען, מיט א חשבון פון 57 מיליאן סקווער פיס, דאס מיינט 5.3 מיליאן סקווער מעטער.

די צייט ווען די וואלקן קראצער וואלט געדארפט זיין פארטיג איז שוין אפגעשטופט געווארן עטליכע מאל, זינט מען האט דאס אנגעהויבן צו בויען אין 2013, ביז נאוועמבער 2017. די סיבה דערצו איז וויבאלד א גרויסע אינוועסטער און ביזנעסמאן פון סאודי אראביע, און דער טשעירמאן פון דער דשעדאן עקאנאמיק פירמע, און נאך א גרופע וואס זענען פארמישט אין דעם בוי פראיעקט, זענען געכאפט געווארן מיט קארופציע. דער טשעירמאן פון דשעדאן עקאנאמיק פירמע האט איבערגעגעבן, און באשטעטיגט אין א שמועס צו סי-ען-ען אז זיי זענען זייער סקעפטיש אז דער געביידע וועט שוין זיין פארטיג פאר 2020.

“ווען די יאר פון 2020 וועט אנקומען וועלן מיר זען פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן אין דעם בנין, אריינגערעכנט שאפינג מאללס, געשעפטן, און נאך… האט זיך א ווארטזאגער פון די פירמע אויסגעדרוקט. דער עלעוועטער וועט קענען דערגרייכן א רעקארד ברעכנדע הויכקייט פון 2,165 פיס (660 מעטער) דער דאבל דעק אין דעם בנין דאס מיינט אזוי ווי אן עליוועטער, נאר עס קען גיין צוויי שטאק אויף א מאל, וועט קענען פארן אויף 12.5 מייל פער שטונדע און קענען אויפפיקן באזוכער פון די 157סטע שטאק, און זיי ארויפפירן ביז די אויבערשטע שטאקן פון די געביידע אין 66.5 סקונדעס.

איר וועט זיך טרעפן 20 מעטערס העכער דעם ים האט זיך אן ארבייטער אויסגעדרוקט רעדענדיג צו דעם אגענטור. באאמטע האפן אז דער בנין וועט טוישן די גאנצע בליק אויף דער שטאט, וואס איז ארומגענומען מיט נישט אזאלעכע מאדערנע שטעט ווי מעדינאַ מעקאַ. און זיי האבן צוגעלייגט אז פונקט ווי עס איז דא דאונטאון דוביי, וועט מען דאס אויך רופן דאונטאון דזשעדאן.

בעפאר מען האט געבויעט דעם בנין איז נישט געווען אין פלאן אז מען זאל בויען הייזער. בקרוב ווען דער בנין וועט שוין שטייט וועט זי אויך ענהאלטן וואוינונגען פאר מענטשן וואס זוכן דאס, אבער ווי פארשטענדליך איז נישט יעדער געמאכט פונעם זעלבן טייג און וועט גלייכן צו האבן אזא וואוינונג.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.