פון אלץ און אלעמען

ניו דזשערזי טרענזיט זאגט אפ קאנדאקטער, נאכן אויסרופן, איבער אן אונטערזיכונג פאר אימיגראנטן

א באן קאנדאקטער אין ניו דזשערסי איז געווארן אפגעזאגט פון זיין פאסטן, נאכדעם וואס ער האט מודיע געווען פאר די פאסאזשירן אז עס דרייען זיך ארום פאליציי אפירצוזיכן אומלעגאלע אימיגראנטן.

די מעשה איז ברייט פארשפרייט געווארן אויף סאושל מידיא, ווי פאסאזשירן וואס האבן זיך דעמאלט געפונען אויפן באן האבן מיטגעטיילט די געשיכטע פארן פובליק.

די איי-סי-אי איז זיכער נישט געווען פארמישט אין דעם אינצידענט האט א ווארט זאגער פון די אגענטור אין נוארק זיך אויסגעדרוקט. “מיר זוכן נישט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן אויף פובליק טראנספארטאציע ערטער, נאר ווען מיר זענען אינפארמירט געווארן איבער איינעם”

די ניו דזשערסי טרענזיט פירמע האט געזאגט, אז עס איז עכט נישט געווען דעם דרייווערס שילד, נאר דאס האט פאסירט צוליב א מינדערוויכטיגע געפעכט וואס איז אנטשטאנען צווישן די איינגעשטעלטע אויפן באן, מיטן דרייווער.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.