ארטיקלען און געדאנקען

אין שויס פון נאטור

א שמאל שטעגל לויפט דורכ’ן וואלד. רייסט זיך דורך דעם שטיק גרין מיט געוואלד. די הערשן צעריקן זיך מיט מורא צום קול פון אנלויפנדן אויטא.

איינגעקורטשעט אין א זייט קוקן זיי מיט וואונדער אויף מענטשליכער חוצפה.

דא און דארט באווייזט זיך די נאאיווע שיין פון א לאמפּ – מענטשליכע טעכניק נאריש פארפלאנצט אין וואונדער פון דער נאטור. די קאר-פענסטערס זענען צעעפנט אין גאנצן גרויס, א ברייטע הכנסת אורחים פאר דער מחיה-נפשות’דיגער לופט. פון דארט שפארט ארויס א ניגון פון עולם הנשמות.

הינטער’ן הויז. א ים פון גראז, אויף וועלכן עס וואַכן אחריות’דיג מחנות ביימער. דערשמעקן די צווייגן די סכנה פון אנקומענדן ווינט, צעלאזן זיי די בלעטער אין דראאענדן געפליסטער. קוים-עקזיסטירענדע אינזעקטן טענה’ן זיך אויס אין געוואלדן וועלכע שרייען איבער דעם גרויס פון זייערע גופים. אהער, אהין.

זאלן די מענטשן – ווילדע שבטים פון א ווילדער שטאט – אוועקגיין, צוריקגיין פון וואו זיי קומען; צוריקגעבן זיי די בארעכטיגע מנוחה.

איבער אלעם הערשט די סודות’פולע נאכט – פינסטער פון איינזאפּן אזויפיל געהיימעניסן און נישט וויסן ווי און וועמען זיי ווייטער איבערצוגעבן.

וויל איך פרובירן דאס אוממעגליכע און אויסצאפן פון דער נאכט אירע סודות, לאכט פון מיר אויבן די לבנה. “נארישער מענטש! ביליאנען דיינס-גלייכן האבן שוין געפרואווט,” זאגט זי מיר שטיפעריש-לאכעדיג. “לאז עס. זעסט דען נישט אליין ווי די וועלט האט זיך אנגעשלאסן אין מיין אומענדליכער מלוכה פון סוד?”

און די שטערנס האבן ערנסט צוגעפינקלט אין הסכמה.

איבערן שרייבער

שמואל שטערן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.