פון אלץ און אלעמען

די מוזיק אינדוסטריע טרויערט: הרה”ח רבי בנציון שענקער ע”ה

אונטערן רושם פון די פטירה פונעם מלחין ר’ בנציון שענקער.

אידן פון אלע חסידישע קרייזן, פון ארום די גאנצע וועלט, און ספעציעל אין די מוזיק אינדוסטריע זענען געכאפט געווארן אין א טרויער נאך דער פטירה פונעם גרויסן קאמפאזיטאר און חסידישע בעל מנגן, ר’ בנציון שענקער ז”ל וואס איז אוועק אין די עלטער פון 92 יאר.

ר’ בנציון האט פארפאסט צענדליגע ניגונים, און רוב פון זיי זענען גאר שטארק אויפגעכאפט ביים היימישן עולם.

ווער דאס איז געווען, איז איבריג אויסצושמועסן, מען רעדט פון א איד אין די עלטערע יארן, וואס די פריעדיגע דור האט אים גוט געקענט, ר’ בנציון איז געווען באקאנט מיט זיינע טיפע און ווארעמע ניגונים פון דעם מאדזשיצער הויף, מיט’ן אמאליגן טעם און חן אויף דעם אלטן שטייגער וואס מען טרעפט זייער ווייניג היינטיגע צייטן אזעלכע שיינע סחורה וואס ר’ בנציון ע”ה האט ארויסגעגעבן.

ר’ בנציון ע”ה איז געבוירן געווארן אין ניו יארק נאך אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלט קריג ווי ער האט געלערנט יענע צייטן אין די ישיבה תורה ודעת, וואס איז דאן געווען פלאצירט אין די שטאט וויליאמסבורג.

ר’ בנציון ביים פארפאסן א ניגון

אין די שפעטערע יארן האט ער זיך געטראפן מיט כ”ק אדמו”ר רבי שאול ידידי’ אלעזר טויב זצ”ל פון חסידות מאדזשיץ.

נאך וואס די צווייטע וועלט קריג איז פאריבער און ער איז צוריקגעקומען קיין אמעריקע האט ער ארויסגעגעבן צענדליגע קאסעטעס וואס אויף דעם האט ער רעקארדירט די אלטע ווארימע מאדזשיצע ניגונים ווי אויך זיינע אייגענע הערליכע קאמפאזיציעס אויף דעם אמאליגן שטייגער ווי אסאך אסאך יודן זענען נתעורר געווארן לתשובה דורך ר’ בנציונ’ס ווארימע ניגונים.

זאלן זיינע ווארימע ניגונים, זיין א זכות פאר אים אויבן און הימל און דאס זאל ברענגען פאר גאנץ כלל ישראל השפעות טובות.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.