געזונטהייט

דראמא ווען פאסאזשירן אויף א פליגער האבן אנגעהויבן שפירן שלעכט

א דראמא האט זיך היינט אפגעשפילט אין די הימלען, נאכדעם וואס פאסאזשירן וועלכע זענען געקומען צו פליען מיט די פלייט נומער 203 אין אן עמיראט עירליינס פליגער פון דובאי קיין ניו יארק, זענען אראפגעפירט געווארן און געשטעלט געווארן אין א באזונדער אפגעהיטענע און אפגעשיידטע ארט, ווי נאר זיי האבן געלאנדעט אינעם קענעדי לופטפעלד.

די פאסאזשירן האבן זיך איבער צען פאסאזשירן אפגערעדט דורכאויס די וועג, אז זיי שפירן זיך זייער שלעכט, האבן מורא צו זיי זענען נישט געווארן אנגעשטעקט מיט עפעס א מאדנע קרענק, האבנדיג שווערע הוסערייען און הויכע פיבער.

אזא זאך האט פארשטייט זיך געשטעלט די באאמטע אויפן העכסטן אלערט, און ווי נאר די פליגער האט געלאנדעט אום 9:00 אינדערפרי, נאכן פליען א דירעקטן וועג פאר 14 שטונדן, זענען זיי שוין אפגעווארט געווארן דורך פארשידענע ספעציעלע געזונטהייט און עמערדזשענסי אגענטורן פון ניו יארק.

די ערשטע זאך האט מען איבערגעקוקט די פיבער פון אלע פאסאזשירן, און אויב האט זיך אויסעגפעלט האבן זיי געמאכט נאך פארשידענע אונטערזיכונגען. די אלע וואס האבן זיך נישט גוט געשפירט האט מען עקסטער אפגעטיילט, און מען האט זיי נישט געלאזט פארלאזן דעם לופטפעלד אן די קלארע ערלויבעניש פון א דאקטער.

אזויפיל ווי 432 פון די 521 זענען אראפגעלאזט געווארן פונעם פליגער און געקענט גיין ווייטער. מער פון 10 זענען געפירט געווארן אין שפיטאל אריין, און 8 האבן באקומען א מעדעצינישע באהאנדלונג אין לופטפעלד, איידער זיי זענען פריי געלאזט געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.