אידישע נייעס

גע’גנב’עט ביי א איד, ארעסטירט דורכ’ן טאטן

די פאליציי האט היינט ארעסטירט א גנב, וואס האט אפגעשטאט א באזוך אין א חרד’ישער שטוב אין פלעטבוש אינמיטן די נאכט, מיט די הילף פונעם פארברעכער’ס טאטע…

פרייטאג צונאכט’ס האט א אידישע איינוואוינערין אין פלעטבוש באמערקן אז עס פעלן איר געוויסע זאכן אינדערהיים. עס איז איר געווען א גרויסער וואונדער וויאזוי עס קען זיין אז איינער האט זיך איינגעבראכן ביי איר אין שטוב, נאכדעם וואס זי האט געהאט אינסטאלירט ספעציעלע סענסאר’ס אין די זיכערהייט קעמרע’ס פונעם שטוב, וועלכע האבן זיך געזאלט אנצינדן אין פאל מען שפירט עפעס באוועגונגען.

אבער זעט אויס אז עס האט נישט געארבעט, אין די צייט וואס דאס פאמיליע איז געווען פארטיפט אין א טיפע דרימל.

זי האט זיך באלד געוואנדן צו די זיכערהייט קעמרע’ס און דאס אנגעהויבן צו איבערקוקן, און באלד געזען וויאזוי א פרעמדער פארשוין עפנט אויף דעם טיר – וואס איז נישט געווען פארשלאסן – און הייבט אן צו נישטערן און זוכן אויף וואס ער קען מאכן נטילת ידים.

נאך עטליכע מינוט האט ער גענומען א פערזענליכע טאשקע, צירונגען און עלעקטראנישע מאשינקעלעך, דאן האט ער אפגעטראגן פון דארט אויף זיין ביציקל.

עטליכע מינוט שפעטער זעט מען ווי די טיר עפנט זיך ווידעראמאל, און עודך… דער זעלבער גנב איז דא צוריק. ער נישטערט ווייטער, און אין ענדע האט ער באשלאסן צו עפענען דעם פריזשידער, ער נעמט ארויס פון דארט א פעקל שאקאלאד-טשיפס-קיכעלעך, מיט די ארבל פון זיין העמד, כדי נישט איבערצולאזן פינגער אפדרוקן.

די פאמיליע האט געגעבן דעם ווידעא פאר די פאליציי, און געבעטן אז מען זאל אים כאפן, און זען אז די גניבות זאלן אומגעקערט ווערן. די ווידעא פון די גניבה איז אויך פובליצירט געווארן אויף די CBS נייעס אגענטור.

היינט איז פארגעקומען א ערנסטער אנטוויקלונג ארום די גניבה, נאכדעם וואס א מאן האט אריינשפאצירט אין פאליציי סטאנציע, און איבערגעגעבן אז ער איז דער טאטע פונעם גנב וואס האט זיך איינגעבראכן אינעם אידישן הויז.

ווי דער טאטע זאגט, איז ער זייער באזארגט פון דערשראקן פאר דאס לעבן פון זיין זון, וואס טוט ווילדע שטיק, און דערפאר וויל ער בעסער אז די פאליציי זאל אים ארעסטירן, ווי איידער ער זאל זיין אין א געפאר.

דער טאטע האט איבערגעגעבן די אדרעס וואו זיין זוטן געפינט זיך, און ער איז טאקע געפינען און ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי.

לויט די פאליציי איז די ביציקל מיט וואס ער איז אנטלאפן אויך א גע’גנב’עטע, און ער איז ווארשיינליך פאראנטווארטליך פאר א שיינע פאר גניבות אין די לעצטע שטיק צייט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.