אידישע נייעס אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט דאס לעבן פון צוויי אידישע קרבנות הי”ד

מיט פארקלעמטע הערצער, צעבראכענע געמיטער און פארוויינטע אויגן, נעמט כלל ישראל אויף די גאר ביטערע בשורה, איבער די טראגישע אומקום פון צוויי אומשולדיגע אידישע קרבנות, וועלכע זענען געפאלן קרבנות צו בייזוויליגע בלוטדארשטיגע מערדער, פארן בלויזן חטא אז זיי זענען אידישע קינדער, דורכאויס א מטורף’דיגע שיסעריי אויסטויש אין דעם אידישן סופערמארקעט אין דזשערסי סיטי, ניו דזשערסי.

די צוויי אידישע קרבנות, האשה החשובה מרת לאה פערענץ הי”ד, 33 יאר אלט, וועלכע איז געווען פון די עסקניות למען דעם נייעם אידישן געגנט און האט אסאך געטוען כדי אידן זאלן קענען וואוינען פאר ביליג אין דעם ארט, אריינגערעכנט עפענען דעם גראסערי; און הבחור החשוב כמר משה דייטש הי”ד, 24 יאר אלט, האבן זיך געפינען אינעם געשעפט און געשאסן געווארן מיט א הארצלאזע ברוטאליטעט דורך די גרוילהאפטיגע מערדער, און נאך אידן זענען פארוואונדעט געווארן און געפינען זיך אין שפיטאל.

טראצדעם וואס די ניו דזשערסי פאליציי האט נאכנישט קלאר ארויסגעגעבן אלע דעטאלן און מאטיוון פון די שיסער, נאכדעם וואס צווישן די אומגעקומענע איז אויך געווען א פאליציי אפיציר, און אין אזא פאל גייט די אויספארשונגען פיל לענגער און מיט מער ישוב הדעת, האט אבער דער דזשערסי גאווענער סטיווען פולאפף געזאגט אז “מיר גלייבן אז די שיסער האבן געצילט דאס ארט וואס זיי האבן אטאקירט”. די שיסער האבן געהאט פילע אנטיסעמיטישע אנשאויאונגען וואס זיי האבן בכלל נישט באהאלטן.

ווי עס שיילט זיך ארויס האבן די צוויי שיסער פלאנירט א גאר שרעקליכע אטאקע אין געגנט, און עס כאפט א פחד און א סקרוך אין די ביינער, זעענדיג ווי זיי זענען געקומען מיט א טראק אנגעפילט מיט פייפ-באמבעס און אויפגעריסטעט מיט הייס געווער און פילע קוילן מאגאזינען, צום אידישן געגנט וואו עס איז געווען לאקירט די גראסערי, בית המדרש און תלמוד תורה. בלויז איין באשעפער ווייסט וואס די מערדער האבן פלאנירט צו טוען, השם ירחם, אבער צוויי אידישע קרבנות זענען ליידער ליידער יא געפאלן צו זייערע בלוטיגע רשעות’דיגע קוילן.

ווי די פאליציי באריכטעט האט זיך די שרעקליכע אינצידענט אפגעשפילט אום 12:30 אינדערפרי, ווען א פאליציאנט וואס האט אויסגעפארשט א מארד וועלכע איז פארגעקומען פארלאפענעם שבת, האט אפגעשטעלט די צוויי פארדעכטיגטע וואס זענען געפארן אין א גע’גנב’עטע טראק. די מערדער האבן אים דערשאסן און באלד אריינגעלאפן צום סופערמארקעט וואס איז נישט ווייט פון דארט, און זיך גענומען באהאגלען דאס ארט מיט הייסע קוילן, אויף אלע אנוועזנדע אין די געשעפט.

די פאליציי האט זיך פראבירט צו דערנענטערן און עלימינירן די רוצחים, אבער פילע רונדעס מיט קוילן זענען געפלויגן צו זייער ריכטונג, און איין פאליציי אפיציר איז אומגעקומען פון די שיסעריי. ערשט נאך צוויי אנגעצויגענע שעות, ווען כלל ישראל איז געשטאנען מיט פארציטערטע הערצער ביים תהילימ’ל און אויסגעגאסן דאס הארץ פארן באשעפער מיט א געבעט, און פילע אידן זענען געווען פארכאפט אין דעם בית המדרש, תלמוד תורה אדער היים, איז געלונגען פאר די פאליציי צו אומשעדליך מאכן די שיסער, נאכן פירן מיט זיי א אפענע קאמף מיטן זיך איינרייסן אינעם געשעפט דורך א ספעציעלע טרעקל.

מיט גרויס אנגסט האט כלל ישראל געווארט צו הערן גוטע בשורות, אבער עס האט געהערשט א גרויס צומישעניש און די פאליציי האט זיך נישט געיאגט אריינצעגיין, און זיכער נישט אריינצעלאזן די וואלונטירן פון הצלה און מתעסקים. ערשט שפעט אויפדערנאכט איז מען געוואר געווארן די גאר ביטערע בשורה, אז די אטאקע האט אפגעקאסט דאס לעבן פון צוויי אידישע קרבנות, און נאך א נישט-אידישער ארבעטער אינעם געשעפט, און אזוי אויך דאס לעבן פון דעם פאליציי אפיציר. די צוויי גרויליגע מערדער האבן אויך איינגענומען א פגירה, ליידער שוין צו שפעט.

כלל ישראל איז מתפלל מיט די אויגן געוואנדן צום גרויסן באשעפער, השקיפה ממעון קדשך מן השמים, מיר האבן אזויפיל צרות, אזויפיל טראגעדיעס, אזויפיל שוועריקייטן, אזויפיל שמועות מבהילות, גענוג געווען, מיר קענען שוין נישט. לאמיר זיך שוין צוריק פאראייניגן טאטע זיסער, השבינו השם אליך ונשובה, און ברענג און זי גאולה שלימה, לאמיר דיר דינען אין בית הבחירה, חדש ימינו כקדם, אמן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.