אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך

פיר מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן דעם מאנטאג אין א שטארקע און זעלטענע ערד ציטערניש אין דרום מזרח פראנקרייך. איינע פון די פארוואונדעטע איז אין א קריטישע צושטאנד.

די ערד ציטערניש אין א שטארקייט פון 5.4 האט פאסירט אין א גרויסער געגנט צווישן די שטעט ליאון און מאנטלימער, וואס געפינען זיך 150 קילאמעטער איינס פונעם אנדערן.

ס’האט זיך אנגעהויבן אין די אוברען-ראן-אלעפ געגנט אום 12:00 לאקאלע צייט. “כ’האב מיר אנגעלאנט אויף די אויווען פון מיין מאמעס בעקעריי, און פלוצים געשפירט א שטארקע טרייסל” פארציילט אן איינוואוינער וואס איז געווען 25 קילאמעטער אוועק פון די ערד ציטערניש אויג. “די טעפ אין די הענט פון די ארבעטער האבן געטראסקעט, און אלעס האט זיך צובראכן”.

א אנדערער איינוואוינער שילדערט וויאזוי די הענגלייכטער האבן זיך געשאקלט פאר לאנגע מינוטן נאכן ערד ציטערניש, און שוין מינוטן פריער האבן די הונט געבילט נערוועזערהייט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.