אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג געטראפן נאך 75 יאר

א אמעריקאנער סובמארין פון די צווייטע וועלט קריג, וואס איז דערטרונקען געווארן מיט 80 סאלדאטן, איז געפינען געווארן 75 יאר נאכן דערטרונקען ווערן. די ברוכווארג פונעם USS גרעיבעק סובמארין איז אפיר געקומען טיף 400 מעטער אונטערן וואסער, 80 קילאמעטער אוועק פון די אוקינאווע פארט.

די גרעיבעק אזי געווען איינע פון די געלונגענסטע און ווירקזאמסטע סובמארינען וואס די אמעריקאנע ארמיי האט פארמאגט ביים צווייטן וועלט קריג. זי האט זיך ארויסגעלאזט אויף מיסיעס אין דרום פונעם שטילן אקעאן און אינעם דרום כינעזער ים, און דערטראנקען 14 פיינטליכע שיפן.

אום יאנואר 28 יארע 1944 האט זיך די סובמארין ארויסגעלאזט צו איר לעצטע מיסיע פון פערל הארבער, און האט געדארפט צוריקומען צו די אמעריקאנע ברעגעס אי ענדע פון פעברואר, אבער מער האט מען נישט געהערט פון דעם סובמארין.

נאכן קריג האט זיך די אמעריקאנע נעווי אריינגעווארפן צו קענען טרעפן דעם פארשוואונדענעם סובמארין, און האט נאכגעקוקט אין די דאקומענטן פון די יאפאנעזער ארמיי צו דערגיין וואס האט פאסירט דערמיט. א דאקומענט פון 1949 האט באשטעטיגט אז די סובמארין איז דערטרונקען געווארן ביי די ברעגעס פון אוקינאווע, אבער מען האט עס קיינמאל נישט געטראפן.

די ערשטע דורכברוך איז געווען פאראיאר ווען א יאפאנעזער פארשער מיטן נאמען ייוטקא איווסאקי האט גרונטליך שטודירט די יאפאנעזער דאקומענטן וואס האבן באריכטעט איבער די באמבארדירונג פון דעם אמעריקאנעם סובמארין אום 26’טן אין פעברואר 1944, וואס האט דערטרונקען דעם סובמארין און אומגעברענגט אלע מאטראזן דערויף.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.