אידישע נייעס

חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און אויפרייסן אידישע צענטער ווערט אויפגעדעקט באצייטנס

די עף. בי. איי. האט געמאלדן אז זיי האבן אפגעשטעלט און ארעסטירט א 27 יעריגער וואס האט פלאנירט צו אויפרייסן א אידישע צענטער אין קאלאראדא, און פאר’סמ’ען אידן.

דער פארשוין, ריטשארד האלצער, א ווייסער ראסיסט און סופערמאסיסט, איז ארעסטירט געווארן אינעם ערשטן פון נאוועמבער, אביסל איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויסצופירן זיינע בייזוויליגע פלענער.

האלצער האט פלאנירט צו אטאקירן דעם אידישן צענטער אין די שטאט פובאלאו. די עף. בי. איי. איז געוואר געווארן פון זיינע פלענער נאכן האלטן מיט אים קאנטאקט פאר א שיינע פאר חדשים פריער דורך סאציאלע פלאטפארמעס.

האלצער האט פארציילט פארן עף. בי. איי. אגענט אז ער פלאנירט צו פאר’סמ’ען די אלע וואס קומען צום אידישן צענטער, און אז ער האט שוין געצאלט פאר א מעקסיקאנער קעכער אז ער זאל אריינגיסן די גיפט אין די וואסער רערן פון די צענטער.

לויט די עף. בי. איי. האט דער פארשוין שטאלצירט מיט זיינע ראסיסטישע מיינונגען, און האט ליב געהאט צו טראגן האקנקרייצן און אנדערע ראסיסטישע סימבאלן, אזוי אויך האט ער זיך געהאלטן פאר א קו-קלוקס קלען מעמבער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.