אידישע נייעס

ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן אריינגעשפרונגען אין וואסער צו ראטעווען זיין טאכטער

אידן איבער די וועלט זענען אין שאק, נאך וואס אן אכט און דרייסיג יעריגער מאנסי אינגערמאן הרב דוד טראוב איז ל״ע אוועק דורכ׳ן דערטראנקען ווערן אין די גרינוואוד טייך, ביים אריינגעשפרונגען אין וואסער צו ראטעווען זיין צען יעריגן טאכטער, וועלכע איז ארויסגעפאלן פון א שיף זונטאג נאכמיטאג אינמיטן שיפלען מיט איר טאטע.

די קינד וואס האט אנגעהאט א רעטונג וועסטל איז ב״ה ארויסגעשלעפט געווארן פון די טייך דורך א צוקוקער אבער די טאטע האט מען נישט געפונען. לאקאלע פאליציילייט מיט די הילף פון די עסקנים האבן שווער געארבעט נעכטן און היינט צו געפונען דעם גוף און מען האט דאס ב״ה געטראפן היינט אינדערפרי.

די לויה וועט ארויסגיין פון ביהמ״ד עליון אין מאנסי ווי דער נפטר איז געווען ראש הכולל ארום פינף אזייגער פארנאכטס, ווערענדיג באגלייט דורך די זיבן פרישע יתומים׳לעך, און דאן וועט דער מיטה ווערן ארויפגעפירט קיין ארץ ישראל.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.