לאקאל און נאציאנאל

טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א שאפינג מאלל

באזוכער אין א שאפינג מאלל אין וועלדפילד שיקאגאו, זענען שאקירט געווארן צו זען א קאר ארומפארן צוישן די געשעפטן, ביז ווען ער האט אריינגעקראכט אין איינע פון די געשעפטן.

איינקויפער זענען אריינגעפאלן אין פאניק און ס’איז געווארן א בהלה זעענדיג דעם שעווראלעט קאר פארן אין די האלוועי פון די מאלל אן קיין שטער, מיינענדיג אז עס קומט פאר א טעראר אטאקע.

“ער האט געדרייווט מיט די קאר ווי איינער וואס פארט מיט א שאפינג וועגעלע” פארציילט א ארטיגער איינקויפער פאר די פרעסע. “מענטשן זענען דערשראקן געווארן און אנדערע האבן שוין געשריגן אז מ’הערט שיסערייען, יעדער האט אנגעהויבן ארויסצולויפן פון געשעפט”.

די הויכהילכערס אויפן ארט האבן אויסגערופן אז יעדער זאל פארלאזן דעם מאלל צוליב ‘אן אינצידענט’, אן קיין דעטאלן. די קאר איז אריינגעפארן אין א פויל, און די זיכערהייט וועכטער זענען עס קעגנגעלאפן מיט הייס געווער שרייענדיג פאר די פארזאמלטע צו פארלאזן דאס ארט.

טראץ די כאאס און די איבערקערעניש, איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן. דער דרייווער איז ארעסטירט געווארן און געפירט געווארן צו די עף. בי. איי. פאר אויספארשונגען. ס’איז דערווייל נישט קלאר וואס יענעם’ס מאטיוון זענען געווען, אבער דאס איז ווארשיינליך נישט געווען קיין טעראר אטאקע נאר ליבערשט א טעות.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.