לאקאל און נאציאנאל

בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א הויף אין מישיגען

א פארשעמענדע אינצידענט האט פאסירט פאר די טעכנאלאגיע ריז סעמסאנג, ווען זייערס א סאטעליט האט געטראסקעט אין א הויף אין מישיגען.

די סאטעליט איז ארויפגעשיקט געווארן אין ספעיס אלס א טייל פון א מארקעטינג און אדווערטייזמענט קאמפיין מיטן נאמען “ספעיס-סעלפי”. דער קאמפיין האט געדויערט עטליכע טעג און איז פארגעקומען אין לאנדאן מיט גרויס פאמפע און פאראדע, געבנדיג די געלעגנהייט פאר מענטשן צו כאפן בילדער פון זיך און עס ארויפשיקן צום ספעיס דורך דעם סאטעליט, וואס האט געהאט א פארבינדעטע אפאראט צו וואו עס איז אנגעקומען.

אבער די גאנתע איבערקערעניש האט זיך געענדיגט מיט עטליכע רויט-פארפלאמטע געזיכטער, נאכדעם וואס א איינוואוינער אין די מאריל שטעטל אין מישיגען, האט געהערט א קראך ביי זיך אין הויף, און געטראפן דארט דעם גרויסן סאטעליט וואס האט פארמאגט אין זיך די לאגא פון סעמסאנג אין ריזיג. זי האט זיך באלד פארבינדן מיט די אויטאריטעטן, וואס האבן נישט געוואוסט ווי אזוי דאס צו באהאנדלען.

ווי דער איינוואוינער זאגט, איז געווען א מזל אז די פערד אינעם פארם וואו עס האט געקראכט זענען געווען אין שטאל, און אז עס איז געפאלן אויף א ליידיג ארט און נישט העכער די הויז. די קראך האט אראפגעהאקט אויפן וועג אן עלעקטעריק זויל, און פאראורזאכט א קורצשלוס פאר צוויי שעה.

סעמסאנג האט זיך פארענטפערט אז ס’האט נישט געקראכט נאר עס איז געווען א פאראויס פלאנירטע לאנדונג, אבער צוליב די וועטער האבן זיך די ראדארן צומישט און אנגעקומען צו די נישט ריכטיגע ארט, און סעמסאנג איז געקומען אפנעמען די ברוכווארג פונעם געקראכטן סאטעליט, זיך אנטשולדיגנדיג פאר די פאמיליע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.