לאקאל און נאציאנאל

האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער צו אומברענגען געסט

די פאליציי אין קאליפארניע זאגט אז מיט די הילף פון א וואכזאמער ארבעטער אין די מאריאט האטעל נעבן די לאנג ביטש לופטפעלד, האט מען אפגעשטעלט א אנדערע ארבעטער דורכצופירן א שחיטה אויף די האטעל געסט און איינגעשטעלטע.

ווי די פאליציי באריכטעט האבן זיי באקומען א רוף איבער א פריינד פון א האטעל ארבעטער וואס האט געווארנט אז ער גייט שיסן די געסט און די ארבעטער אין האטעל, און די פאליציי האט אים באלד אראפגעהאלטן פאר אויספארשונגען.

ביים פארדעכטיגטן אין שטוב אין לאס אנדזשעלעס האט מען געטראפן א ריזיגע זאפאס פון וואפן, פילע קוילן מאגאזינען און א קוילן שוץ-וועסטל. די געווער וואס מ’האט געטראפן איז געווען פון די טויטליכע סארט, וואס איז פארבאטן אין קאליפארניע.

ביי די אויספארשונגען האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געהאט ערנסטע פלענער און מיטלען ווי אזוי דורכצופירן א גרויסע שיסעריי אין די האטעל. ער איז באצייטנס אפגעשטעלט געווארן, אין די זעלבע חודש וואס עס איז דורכגעפירט געווארן עטליכע מאסן שיסערייען אין אמעריקע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.