טשיקאווע נייעס

בילפעלד שטאטראט: ווייז אויף אז אונזער שטאט עקזיסטירט נישט, און באקום א מיליאן יורא…

פאר לאנגע יארן איז פארהאנען אן אלטן פאלקס ווערטל אין דייטשלאנד, אז די שטאט בילפעלד עקזיסטירט נישט, ווייל “איך קען נישט קיינעם וואס וואוינט דארט”… וואס פארשטייען מיר צו דייטשע הומאר? די פראבלעם איז, אז די איינוואוינער פון בילפעלד האבן דאס גענומען צום הארצן…

די שטאטראט פון בילפעלד האט באשלאסן אז זיי האבן גענוג געשוויגן, און געמאלדן די וואך אז זיי וועלן געבן א מיליאן יורא פאר ווער עס וועט אויפווייזן איינמאל פאר אלעמאל אז זייער שטאט עקזיסטירט נישט…

אין בילפעלד – א שטאט 330 קילאמעטער מערב זייט פון בערלין, וואס איז 800 יאר אלט – וואוינען מער פון א פערטל מיליאן מענטשן. די ערשטע מאל וואס די ‘קאנספיראציע טעאריע’ איז ברייט פארשפרייט געווארן איז געווען אין יאר 1993, ווען א גרופע סטודענטן האבן געמאלדן אז בילפעלד עקזיסטירט נישט ווייל זיי קענען נישט קיינעם וואס וואוינט דארט אדער האט דארט באזוכט.

‘די שטאט איז פאבריצירט געווארן דורך די רעגירונג צו באהאלטן געוויסע סודות’ האבן די סטודענטן געזאגט פאר א געלעכטער. און, די וויץ האט אנגעהויבן צו ווערן ערנסט… מענטשן האבן קלארגעשטעלט אז ‘די שטאט בילפעלד איז נישט באקאנט מיט קיין שום אויסצייכענונג’, און די דייטשן זענען כסדר פארנמען זיך אונטערצוהאלטן איבער איר עקזיסטעץ.

אפילו די דייטשע קאנצלערין מארקעל איז געגאנגען אהין פאר א באזוך צו זיכער מאכן אז עס עקזיסטירט, און דאן האט זי געזאגט אז “כ’מיין אז איך בין דארט געווען – אויב עקזיסטירט עס טאקע, שפיר איך אז ס’איז א שיין שטאט, און איך האף נאך צוריק אנצוקומען אהין”…

כדי אפצושלאגן די אלע וויצן האט די שטאטראט געמאלדן אז זיי וועלן געבן א מיליאן יורא פאר ווער ס’וועט אויפווייזן אז די שטאט עקזיסטירט נישט, ביז די קומענדיגע סעפטעמבער 4. דער עולם ווארט דערווייל מיט שפאנונג צו זען וואס ס’וועט זיך אויסקאכן…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.