טשיקאווע נייעס

האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט “פון צופיל ארבעט”

דער האלענדישער געזונטהייט מיניסטאר, איז צוזאמען געפאלן אינמיטן אויפטרעטן איבער דעם “קאראנא וויירוס” דורכאויס א וויכטיגע צוזאמענקום איבער דעם טעמע, און ווי אזוי צו אדרעסירן דעם לאנד דערוועגן.

דער געזונטהייט מיניסטאר איז גאנץ שנעל צו זיך געקומען, און זיך פארענטפערט אז דאס איז געשען פון גרויס אויסגעמוטשעטקייט און ערשעפטקייט. “איך ארבעט צופיל און צו שווער מיט אינטענסיווע ארבעט, זינט די קאראנא קריזיס האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט” איז געווען זיין ערקלערונג.

די רעדע איז פון דער 56 יעריגער בראנאו בראנס, וואס האט געהאלטן אינמיטן ענטפערן אויף פראגעס וואס מען האט אים געפרעגט איבער דעם מצב. ער איז אראפגעפאלן, און אנדערע פארלעמענט מיטגלידער האבן אים געהאלפן ער זאל זיך קענען אויפהייבן.

ער האט דאן גענומען א שלונג וואסער, און איז ארויסגעגאנגען שוואכערהייט פון די פארלעמענט.

ער האט געזאגט פאר די מידיע ביים ארויסגיין אז ער שפירט שוין בעסער און אז ער גייט אהיים זיך אביסל צו אויסרוען, אז ער זאל שוין מארגן זיין צוריק צו די כוחות און קענען ווייטער באקעמפן דעם וויירוס.

עס האט געהערשט א שטיקל פאניק אז אפשר האט ער דעם וויירוס, און ער האט אנגעשטעקט מענטשן ארום אים, אבער למעשה איז עס בלויז געווען א שוואכקייט, און נישט די וויירוס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.