טשיקאווע נייעס

האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט פאר א טויש

די האלענדישע רעגירונג האט באשטימט די וואך מיט די פירערשאפט פון די טוריזם ביורא און הויכראנגיקע באאמטע אין די עקאנאמישע ביורא, איבער די געוויכט וואס דארף געלייגט ווערן אז דאס לאנד זאל אויסדרוקליך גערופן ווערן מיט איר אפיציעלע נאמען “די נעדערלענדס” און נישט חלילה מיט די נאמען וואס מ’רופט איר – האלאנד.

כאטש וואס רוב מענטשן איבער די וועלט רופן דאס לאנד ‘האלאנד’, איז דאס אין פאקט אומאנגענעם, ווייל ‘האלאנד’ איז בלויז א געגנט פון לאנד וואס צוליב איר פאפולאריטעט האט די גאנצע לאנד באקומען די נאמען, און די פירוש המילות פון האלאנד מיינט ‘די נידעריגע לאנד’… אזא נאמען וואלט איך אויך געטוישט…

די ציל פון טוישן די נאמען איז נאך עפעס, צו מוטיגן טוריסטן צו באזוכן איבערן גאנצן לאנד, און נישט בלויז אין אמסטערדאם וואס ליידט פון אן איבערפלוס מיט באזוכער, זיי זוכן אז מענטשן זאלן גיין באזוכן אין נאך היסטארישע ערטער.

די נייע אפיציעלע נאמען גייט אריין אין קראפט קומענדיגן יאר, די נאמען ‘נעדערלענדס’ וועט איבעראל ארויסגעשטעלט ווערן אנשטאט האלאנד, ביי יעדעס ארט נישט בלויז אין לאנד נאר אויך סיי וואו זייערע פארשטייער און דיפלאמאטן אדער באאמטע וועלן נאר זיין איבער די וועלט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.