טשיקאווע נייעס

מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר וואס איז פויל צו ווארטן אין די ליניעס…

א אינדיאנער מאן איז געווען זיכער אז ער האט געטראפן די בעסטע וועג צו קענען באקומען די VIP סערוויסעס אין לופטפעלדער, און אויסקרויזן די לאנגע ליניעס. אסאך מאל האט זיין טאקטיק פיין געארבעט, אבער אין ענדע האט מען אים געפאקט ביי די מעשה.

דער פארשוין ראדזשאן מעהאבונבאני איז ארעסטירט געווארן אין די אינדירא גאנדי אינטערנאציאנאלער לופטפעלד אין ניו דעהלי. ער איז געווען אנגעטוען מיט א פילאט מונדיר פון די ‘לופטהאנזא’ לופטליניע, און האט געהאט אויף זיך א פאלשער פילאט לייסענס פון לופטהאנזא.

ראזשאן האט געוואלט ארויפגיין אין א פליגער פון ‘עיר אזיע’ צום שטאט קאלקאטע אין אינדיע, אבער ביים געיט האט מען אים ארעסטירט, נאכדעם וואס אן ארבעטער פון לופטהאנזא האט באריכטעט פאר די זיכערהייט אגענטן אויפן ארט אז ער זעט אן אינדיאנער אין קליידונג פון א דייטשע פילאט, און עפעס זעט אים אויס פארדעכטיגט דא…

דער 48 יעריגער איז באלד ארעסטירט געווארן, און ער האט פארציילט פאר די פארשער אז די פילאט לייסענס און די מונדירן האט אים געגעבן ספעציעלע פריוויליגיעס, צי דאס איז פארמיידן לאנגע שעות ביי די ליניעס פון די זיכערהייט איבערקוקונגען, און אזוי אויך האט ער באקומען בעסערע זיצן און מ’האט אים אויך געלאזט ארויפגיין דער ערשטער אויפן פליגער.

לויט ווי ער זאגט האט רע שוין גענוצט מער ווי 15 מאל דעם טאקטיק אינעם לעצטן האלבן יאר. ווי ער פארציילט האט ער זייער ליב אוויאציע און דערפאר האט ער זיך געקויפט די פילאט מונדירן. אין זיין סעלפאון האט מען אויך געזען בילדער פון אים געקליידעט ווי א סאלדאט, און ער וועט אנגעקלאגט ווערן אויף קלאגעס וואס קען אים ברענגען צו ביז 9 יאר אין טורמע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

  • א גוטן.

    עס איז געווארן ארויפגעשטעלט א נייע פאוסט אויף אידישער ווינקל: פילע זעלטענע קאָאַלאַ בערן אומגעקומען אין גרויסע אוסטראליע פייערן

    צו זען די פאוסט דרוקט דא: https://yiddishevinkel.com/archives/77320

    מיר האפן איר וועט הנאה האבן פון אייער באזוך

    הצלחה רבה

    די אידישער ווינקל רעדאקציע.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.