טשיקאווע נייעס

נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען מילך פאודער, נישט דראגס…

קאדי גערג, א 26 יעריגער היימלאזער פארשוין פון אקלאהאמע, איז געזעסן אין טורמע פאר א 15 יעריגע טערמין, נאכדעם וואס ער האט מודה געווען אז ער האט געהאנדלט מיט קוקעין דראגס. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די פארדעכטיגטע סחורה געווען גאר מילך-שטויב און נישט קיין דראגס… צום מזל איז ער בלויז געזעסן פאר צוויי מאנאטן אין טורמע ביז ווען עס האט זיך ארויסגעוויזן די טעות, און ער איז באלד באפרייט געווארן.

גערג איז נישט ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס מען האט זיך דערוויסט דורך פארשידענע שפיאנאזש קוועלער אז ער איז א דראג דילער, נאר זיין ארעסט איז פארגעקומען נאכדעם וואס א פאליציאנט האט אים אפגעשטעלט פאַרן פאָרן ביינאכט מיט א ביציקל אן קיינע הינטערשטע לעקטערס, און געטראפן אין זיין רוק-זאק א זעקל מיט פארדעכטיגטע שטויב.

גערג האט זיך נישט געוואלט אפשטעלן ווען מ’האט אים געשיקט אין א זייט, און דאס האט געברענגט צו א קורצע געיעג מיט די פאליציי. ווען מ’האט אים געכאפט נאך דריי גאסן, איז ער אראפגעשפרינגען פון זיין ביציקל און אנגעהויבן לויפן צופיס, אבער די פאליציי איז געווען פלינקער פון אים. פארשטענדליך אז ביים טרעפן א זעקל ווייסע שטויב אין זיין באזיס, האט מען עס אידענטיפיצירט אלס 45.91 גראם פון קאקעין שטויב.

גערג האט באלד מודה געווען אז עס איז דראגס, און זיך שיין געלאזט ארעסטירן… ווען די פאליציי האט נאכגעקוקט זיין רעקארד, האט מען געזען אז ער האט שוין געדינט עטליכע טורמע טערמינען פארן האבן דראגס אין באזיץ. דער ריכטער האט באשלאסן אים צו לערנען דרך ארץ, און געגעבן א ריזן אורטייל פון 15 יאר אין טורמע.

נאכן הערן אז דאסמאל גייט ער לאנג זיצן אין טורמע, האט ער געזאגט אז ער ציעט צוריק, ער האט נישט געהאט קיין דראגס נאר מילך שטויב. קיינער האט אים נישט געגלייבט, אבער ערשט נאך אן אינטערזוכונג אין לאבאטאריע האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט מער ווי מילך-פאודער, וואס זעט אויס ענליך צו קאקעין דראגס…

דער ריכטער האט אים באפרייט, און איין זאך איז דערווייל נישט קלאר: איז עס אפשר אייביג געווען מילך-שטויב?! שטארק מעגליך. היימלאזע פירן צומאל דורך פארברעכן כדי אנצוקומען אין טורמע, וויבאלד דארט האבן זיי אן אומזיסטער קווארטיר און אומזיסטע מאלצייטן, מ’זאל נישט געפראווט ווערן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.