טשיקאווע נייעס

פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין האנג קאנג

האנג קאנג איז יעצט אין די נייעס צוליב די שטורעמישע פראטעסטן וואס קומט דארט פאר פאר די לעצטע פאר חדשים, אבער מיט דעם אלעם איז עס נאכאלץ פון די טייערסטע שטעט אין די וועלט: א פארקינג ספאט איז דארט פארקויפט געווארן פאר נאנט צו א מיליאן דאלער, און נישט אזא מיליאן וואס דער שמש רופט אויס שמחת תורה ביים פארקויפן די עליות, נאר א עכטע מיליאן…

דער אנאנימער קונה האט באצאלט פאר דעם ביזנעסמאן דזשאני טשאנג שאן ייאיי אזויפיל ווי 7.6 מיליאן האנג-קאנגע דאלארן, וואס קומט אויס 970 טויזענט אמעריקאנער דאלער – פאר א שטיקל פארקינג ספאט. די רעדע איז פון 30 מאל אזויפיל ווי א דורכשניטליכע יערליכע געהאלט, און אין לאנדאן קען מען קויפן מיט די געלט א דירה אין די טשעלסי האמיד געגנט.

די פאנטאסטישע סומע פאר איין פארקינג ספאט ווייז אביסל ווי ווייט האנג קאנג האלט, און די דיפרענצן צווישן אירע איינוואוינער, וואו יעדער פינפטער מענטש לעבט אין ארימקייט, אין די צייט וואס אנדערע באדן זיך אין געלט, א זאך וואס לויט עקספערטן האט עס א שטארקע שייכות צו די ריזיגע פראטעסטן, וויבאלד מען רעדט דא פון טויזענטער אנגעווייטאגטע מענטשן.

די פארקינג ספאט געפינט זיך אין ‘סענטער’, די פינפטע גרעסטע וואלקנקראצער אין דער וועלט, וואס איז אין יאר 2017 געווארן די סאמע טייערסטע אפיס-געביידע אין די וועלט, נאכדעם וואס א האנג קאנגער גביר האט עס פארקויפט פאר איבער פינף ביליאן דאלער, פאר א ביז-יעצט-נישט-באקאנטער ביזנעסמאן.

ווי סטענלי פאן, א מענעדזשער אין א גרויסע הייטעק פירמע וואס איז קווארטירט אין סענטער זאגט, איז אזא סומע פאר א פארקינג ספאט ‘ממש קליינגעלט’…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.