אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

13.5 טאן פון שטיקער גאלד געפינען אין קעלער פון קארופטירטער כינעזער באאמטער

א הויכראנגיקער באאמטער אין די קאמוניסטישע כינע איז אנגעקלאגט געווארן מיט קארופציע און שוחד קלאגעס, נאכדעם וואס מ’האט געטראפן אין זיין באזיס 13.5 טאן גאלד, 20 ביליאן דאלער, און אז ער איז דער אייגענטום פון פילע גאר טייערע הייזער.

לויט די אלע זאכן וואס זענען יעצט ארויפגעשווימען, איז ער געווען אין געהיים דער סאמע רייכסטער מאן אין כינע, און אז ער ווערט געטראפן שולדיג אין די קלאגעס וועט ער ווארשיינליך באקומען טויט שטראף.

די כינעזער רעגירונג-קאנטראלירטע מידיע האט ארויסגעגעבן בילדער וואו מ’דארף צו זען די אבעלאווע אויף די קעלער פון דעם באאמטער זשאנג טשי, וואו מ’זעט א הויפן מיט פילע גאלד ציגל, אין ווערד פון ארום 640 מיליאן דאלער.

דער באשולדיגטער באאמטער איז געווען דער סעקרעטאר פון די קאמוניסטישע פארטיי אין האאיקאו, די הויפטשטאט פון די היינאן געגנט אין כינע, און ער איז אפגעזאגט געווארן פון אמט נאכדעם וואס ער איז אנגעקלאגט געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.