טשיקאווע נייעס

פידעל קאסטרא’ס קראקאדיל אטאקירט א מענטש אין שוועדן

א 70 יעריגער מאן איז אטאקירט געווארן אין א טיער גארטן אין שוועדן דורך א קראקאדיל וואס האט באלאנגט פאר דער געוועזענער קיובאנער דיקטאטור פידעל קאסטראו, דורכאויס א פריוואטע נאכט-אווענט אין די ‘אקוואריום סקאנסאן’ אין שטאקהאלעם.

דער מאן איז געביסן געווארן ביים ארעם וואס איז געווען אריבער דעם זיכערהייט גלאז וואס היט דעם קראקאדיל. מען האט באלד גערופן מעדעצינישע הילף און דער מאן איז אפגעפירט געווארן איו שפיטאל.

ס’איז דערווייל נישט קלאר ווי שטארק דער מאן איז געשטעדיגט געווארן, און ווי די טיער גארטן מאנשאפט גיבט איבער איז דאס די ערשטע אזא אטאקע ווואס זיי האבן.

דער פידעל קאסטראו קראקאדיל איז איינע פון די צוויי גאר זעלטענע סארט קיובאנע קראקאדילן – וועלכע זענען פון די אגרעסיווסטע אין דער וועלט – וואס געפינען זיך אין דעם סקאנסאן.

זיי זענען געבוירן געווארן אין קיובא אין יאר 1974 און ווען זיי זענען נאך געווען אין די ווינדלען האט זיי פידעל קאסטראו געשאנקען פאר א רוסישער קאסמאנאוט (אזוי רופן די רוסן די אסטראנאטן) אלס סאלידאריטעט פאר די קאמוניסטישע רעזשים.

דער קאסמאנאוט האט זיי אויפגעוואקסן ביי זיך אין מאסקווע, און אום 1981 ווען זיי זענען שוין געווען צו גרויס האט ער זיי איבערגעגעבן פאר די טיער גארטן אין מאסקווע. אבער זיי האבן נישט געקענט האנדלען די אגרעסיווע חברה, און דאס געשיקט ווייטער קיין שוועדן, וואו מ’האט זיי א נאמען געגעבן ‘קאסטראו’ און ‘הילערי’.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.