פון אלץ און אלעמען

קאקא קאלא מיט זייער ערשטער אלקהאלישער געטראנק

עס הערט זיך מאדנע, אבער אין פאקט טוט שוין די בארימטע קאקא קאלא פירמע ארבעטן ארויסצוגעבן זייער ערשטער אלקהאלישער געטראנק פארן פובליק.

פרעזידענט פון די קאקא קאלא פירמע אין יאפאן האט געשריבן אויף די פירמע’ס וועבסייט, אז דער געטראנק גייט אין די יעצטיגע טעג אריבערגיין אן עקספערימענט איר צו פארגלייכן מיט אן אנדערע געטראנק, וואס פארמאגט אין זיך אלקהאל, און מען רופט איר “כאָ היי” אין יאפאן.

דער געטראנק וואס ענהאלט זיך אלקאהאל איז צוזאמענגעשטעלט פון סטראבערי, וואסער, אייז טיי און קריעם סאדע, צוזאמענגעמישט מיט אלקהאל.

די קאקא קאלא לאקאל וואס געפונט זיך אין יאפאן, פארקויפט שוין פאר א לאנגע צייט געטראנקען וואס פארקויפן זיך נישט ערגעץ אנדערש, אריינגערעכנט פארקויפן זיי, קאווע, טיי, און קאקא קאלא פלאס, וואס הייסט א געזונטע געטראנק.

א ווארטזאגער פון די פירמע האט געזאגט: ” מיר פלעגן אייביג מאכן געטראנקן אן קיין אלקאהאל, דאס וועט אריינגיין אין היסטאריע, אלס דער ערשטער געטראנק וואס מיר לייגן אריין אלקאהאל”…

קאקא קאלא האט אין די יארן פון 1977 ביז 1983 אנגעפירט א וויין פארבריק וואס פלעגט זיך רופן “וויין ספעקטארים” און איז מיט די צייט פארקויפט געווארן פאר אנדערע בעלי בתים, א טאטע מיט א זון.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.