טשיקאווע נייעס

13 יעריג אינגל בויעט א הויז פאר בלויז 1500 דאלאר

אסאך ווייניגער קאסט צו האבן אין באזיץ א הויז, ווי צו בויען אן אייגענע הויז. גערעכט, אבער דאס איז נישט קיין חידוש, וואס איז אייגענטליך יא א חידוש איז, אז א 13 יעריג אינגל פון דובוקווע מיסיסיפי האט געבויעט זיין אייגן הויז פאר בלויז 1500 דאלאר.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען לוקי טילל, האט געזוכט וואס צו טון אין זיינע ליידיגע שטונדן אין די לאנגע זומער טעג, נישט האבנדיג אזויפיל פריינט מיט וועם צו פארברענגען.

לוקי בויעט די הייזקע

די הייזקע וואס לוקי האט זיך אויפגעבויעט

ביז עס איז אים בייגעפאלן א געדאנק, אייגענטליך צו בויען א הויז. אומר ועושה, אין די ערשטע טריט וואס ער האט געטון, האט ער זיך אנגעהויבן נאכפרעגן ביי זיינע שכינים וואסערע כלים און פראדוקטן מען דארף אלס האבן צו בויען אזא הייזקע. נאכדעם האט ער אנגעהויבן צוזאמצוקלייבן געלט זיך צו קענען איינהאנדלען די אלע כלים.

ווי נאר ער איז פארטיג געווארן מיט די אלע צוגרייטונגען האט ער זיך גענומען צו די פיזישע חלק פון אויפבויען דעם הויז, עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט ביז ווילאנג די הויז איז שוין געשטאנען גרייט זיך אריינציען, מיט אלע איינריכטונגען.

לוקי טילל האט זיך באזעצט אין זיין נייע וואוינוג וואו ער שלאפט אסאך מאל ביינאכט, און האט אויך ארומגעשיקט א ווידעא פון זיין נייע הייזקע, וואס איז געגאנגען וויירעל, און 70,000 מענטשן האבן דאס געזען. לוקי טילל האט זיך מיט זיין נייע הייזקע איינגעקויפט אסאך פובליסיטי, ווען מענטשן פון איבעראל זענען געקומען באטראכן מיט וואונדער דעם נייעם הויז, וואס האט געקאסט ממש פרוטות אנטקעגן וויפיל א הויז קאסט היינטיגע צייטן.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.