פאליטישע נייעס און ארטיקלען

קאנגרעסמאן טשארלי דענט וועט רעזיגנירן

פענסילוועניע – דער רעפובליקאנער פענסילוועניער קאנגרעסמאן, טשארלי דענט, האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין אמט אין די קומענדיגע וואכן, און אין זיין סטעיטמענט האט ער ארויסגעברענגט, אז די ווילדע אגרעסיווע פאליטיק אין וואשינגטאן האט געשפילט א ראלע אין זיין באשלוס. קאנגרעסמאן דענט, וועלכער איז פון די געציילטע אויסגעשפראכענע מעסיגע רעפובליקאנער אין קאנגרעס, האט שוין פאראיאר געהאט געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג ביי די מידטוירם וואלן היי יאר נאוועמבער, אבער אצינד האט ער באשלאסן צו רעזיגנירן און נישט ענדיגן זיין טערמין, וואס באדייט אז דער פענסילוועניער דעמאקראטישער גאווערנאר טאם וואולף וועט אוועקשטעלן א ספעציעלע עלעקשאן אנצופילן דענט’ס זיץ, און דער געווינער וועט אויסדינען די איבריגע מאנאטן פון דענט’ס יעצטיגע טערמין.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.