אנאליזן און אבזערוואציעס פאליטישע נייעס און ארטיקלען

באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100 סאלדאטן קיין ווענעזועלע

קאראקאס – 2 עראפלאנען פון די רוסישע לופט פלאטע מיט ארום 100 סאלדאטן דערויף, האבן דעם פארלאפענעם שבת געלאנדעט אינעם צענטראלן לופט-פעלד אין קאראקאס.

די צוויי עראפלאנען לאנדן אינעם ווענעזועלער לופט-פעלד.

די באריכט איז נישט קיין אפציעלע באריכט, נאר קומען פון זשורנאליסטן און נייעס סטאנציעס וואס פאלגן נאך דעם יעצטיגן קריזיס אין ווענעזועלע.

די פראפעגאנדע מיניסטעריום פון ווענעזועלע האט נישט רעאגירט צום באריכט. אזוי אויך האט די רוסישע זיכערהייט מיניסטעריום, און דער קרעמלין ווארטזאגער זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די באריכטן.

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין איז איז א צענטראלער פארבינדעטער פונעם סאציאליסטישן פרעזעדינט מאדורא.

דעם פארגאנגענעם דעצעמבער האבן רוסלאנד מיט ווענעזועלע געהאט מיליטערישע איבונגען צוזאמען.

איבערן שרייבער

יאסי ווייסמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.