אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מערדער פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע, 38 יאר נאכן דורכפירן זיינע רציחות

טשעסארעי בעטיסטי, וועלכער איז געווען א מיטגלידער אין די קאמוניסטישער אונטערגרונד פון איטאליע, איז היינט פאראורטיילט געווארן פאר פיר רציחות וואס ער האט דורכגעפירט אין די 70’ער יארן.

דער פראקוראר פון דעם מערדער האט א צופרידענער געזאגט אז דער 64 יעריגער בעטיסטי האט מודה געווען אין באשולדיגונגען קעגן אים, וועלכער ער לייקנט שוין אין די לעצטע נאנט צו 40 יאר.

בעטיסטי וואס איז א מיטגליד אין די עקסטרעם לינקע אומלעגאלע “באוופנטע קאמוניסטישע פראליטוריעם’ס”, איז ארעסטירט געווארן אין איטאליע אין יאר 1979, און איז נאך צוויי יאר אנטלאפן פון טורמע. איטאליע האט אים נאכגעיאגט פאר 38 יאר, און ער איז דעם יאנואר געכאפט געווארן אין באליוויע.

די לעבנסלענגליכע ארעסט קומט אויף דעם וואס ער האט אומגעברענגט א טורמע וועכטער און א פאליציאנט, באזונדער איז ער געווען פארמישט אין די מארד פון א דיאמאנט סוחר, וועמענ’ס זון איז טיילווייז פאראליזירט געווארן אויף אייביג אלס רעזולטאט פון די שיסעריי.

נאכן אנטלויפן פון טורמע האט בעטיסטי אנגעהויבן א נייעם בלעטל, אלס א נאוועל שרייבער און קאלומניסט. אין יאר 2004 איז ער כמעט געכאפט געווארן אין פראנקרייך, אבער ס’איז אים געלונגען צו אנטלויפן און איז אנטלאפן קיין בארזיל, וואו ער האט זיך באהאלטן ביז זיין ארעסט אין 2007.

אין יאר 2010 האט אים דער דעמאלטדיגער בראזיליאנער פרעזידענט לואיס אינסיא לולא דע סילווע, באשטעטיגט א באפעל אז מ’טאר אים נישט ליפערן קיין איטאליע, און ער איז גענצליך באפרייט געווארן, צו איטאליע’ס גרויס אויפברויז.

דאס יאר איז ער געכאפט געווארן אין באליוויע אין א געמיינזאמע אקציע צווישן די איטאליענע און בוליוויאנע פאליציי, אין די שטאט סענטא קרוז דע לא סיירא, מיט א פאלש בערדל אויף זיין געזיכט, און אצינד וועט ער באקומען לעבנסלענגליכע טורמע, סיידן ס’וועט אים נאכאמאל געלונגען צו אנטלויפן…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.