לאקאל און נאציאנאל

קיין ארסאן אין מאסעטשוסעטס אויפרייסן

באסטאן – פעדעראלע אויספארשער האבן נעכטן געזאגט, אז עס זענען נישטא קיין שום באווייזן אדער צייכענעס, אז די גאז אויפרייסן אין מאסעטשוסעטס זענען געווען דירעקט אונטערגעשטעלט אדער מיט בייזע כוונות.

די אויספארשער זאגן, אז זיי וועלן דורכפירן גרונטליכע ארבעט צו דערגיין וואס עס האט געפירט צו די אויפרייסן, און די אויספארשונג וועט ארייננעמען דאס איבערגיין מעגליכע עמורדזשענסי קאלס פון די לעצטע דריי וואכן אין די געגנטער, צו זען, צי איינוואוינער האבן באריכטעט שווערע גאז גערוכן אין זייערע הייזער אדער אין גאס.

אויך וועלן זיי קוקן וויאזוי די קאלאמביע גאז באאמטע האבן רעאגירט צו סיי וועלכע קאמפלעינטס אין די לעצטע דריי וואכן, איבער שווערע גאז ריחות אדער אנדערע גאז פארבינדעטע עמורדזשענסיס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.