פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ: זיצונג מיט דעמאקראטן איבער שאטדאון איז א צייט פארשווענדעניש

כאטש וואס די אמעריקאנער רעגירונג איז שוין פארשלאסן פאר א שיינע שטיק צייט אין דעם “שטאדאון”, זעט נישט אויס אז עס וועט קומען אזוי שנעל צו א ענדע, איבערהויפט נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פארלאזט נעכטן א זיצונג מיט דעמאקראטן אין גאר א בייזע שטימונג, און ער שיינט צו זיין יעצט עקשנות’דיג און פארביסן צו באקומען זיין פארלאנג – א גרעניץ זיכערהייט וואנט.

די זיצונג איז געווען געאייגנט צו פארהאנדלען איבער דעם וואנט, כדי די רעגירונג זאל זיך צוריק עפענען. די דעמאקראטישער סענאט פירער טשאק שומער – וואס איז אנוועזנד געווען ביים זיצונג – האט פארציילט אז טראמפ האט מיט אויפברויז געזעצט אויפן טיש, און געזאגט אז “עס איז נישטא פון וואס צו רעדן”.

לויט שומער, האט טראמפ אפגעענדיגט דעם זיצונג מיט אים און מיט די דעמאקראטישע טשעירמען פעלאוסי, נאכדעם וואס זיי האבן קלארגעשטעלט פאר טראמפ אז די דעמאקראטן האבן נישט געטוישט זייער מיינונג, און זיי וועלן נישט צושטימען אריינצולייגן אינעם רעגירונג בודזשעט די פארלאנקטע 5.7 ביליאן דאלער פאר די גרעניץ וואנט נעבן מעקסיקא, עפעס וואס איז געווען איינע פון די צענטראלע צוזאגונגען פון טראמפ ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, און די דעמאקראטן וועלן אלעס טון אין דער וועלט אז ער זאל דאס נישט קענען אויספירן.

“ער האט געפרעגט פעלאוסי, ‘וועט איר באשטעטיגן מיין וואנט?’ און זי האט געענטפערט ‘ניין'” – פארציילט שומער. “דעמאלט האט ער זיך אויפגעשטעלט, און געזאגט ‘אויב אזוי איז נישטא פון וואס צו רעדן’, און איז ארויסגעגאנגען פון צימער”. לויט שומער איז דאס געווען א געווענליכע כעס אויסברוך פון טראמפ, אזוי רעאגירט ער ווען עפעס גייט נישט ווי אים שמעקט.

א קורצע צייט נאכן באגעגעניש האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער אז ער האט אפגעהאלטן א זיצונג מיט די דעמאקראטן וועלנדיג ענדיגן די שאטדאון, און עס איז געווען “אן אויסדרוקליכע צייט פארשווענדעניש”.  ער שרייבט אז נאכן הערן אז דרייסיג טאג ארום וועט מען נישט באשטעטיגן די וואנט, האט ער זיי געזאגט ‘ביי ביי’. קיין שום אנדערע זאך ארבעט נישט.

דער וויצע פרעזידענט מייק פענס זאגט אז די דעמאקראטן זענען בכלל נישט נייגעריג צו פירן געשפרעכן אדער ענדיגן די שאטדאון. ביי א שמועס מיט רעפארטער האט פענס געזאגט אז “איך קלער אז דער פרעזידענט האט היינט קלארגעשטעלט זיין שטעלונג – ס’וועט נישט זיין קיין דיעל אן קיין וואנט”.

איבער די געשיכטע וואס שומער האט דערציילט, אז טראמפ האט עקספלאדירט פון גרויס כעס, האט פענס רעאגירט אז “איך געדענק בכלל נישט אז דער פרעזידענט זאל בכלל העכערן זיין שטימע דורכאויס דעם זיצונג”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.