פאליטישע נייעס און ארטיקלען

עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר, אונטער אטאקעס פון טראמפ, וועט רעזיגנירן

וואשינגטאן – באריכטן נעכטן האבן געצייגט, אז דער עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר, ענדרו מעקעיב, וועלכער איז לעצטנס געקומען עטליכע מאל אונטער אטאקע דורך פרעזידענט טראמפ און די רעפובליקאנער, וועט רעזיגנירן אין די קומענדיגע מאנאטן.

מעקעיב, וועלכער איז געשטעלט געווארן אויף זיין פאזיציע דורכן געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, איז אונטער אטאקע נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען אז די קלינטאן פאמיליע האט בייגעשטייערט געלטער פאר דעם פאליטישן קאמפיין וואס מעקעיב’ס פרוי האט געפירט אין ווירדזשיניע.

די רעפובליקאנער זאגן אז מעקעיב האט געשפילט א הויפט ראלע אין דער אימעיל אויספארשונג קעגן פרוי קלינטאן, אין דער זעלבער צייט וואס די קלינטאן פאמיליע האט געשטיצט זיין פרוי, וואס דעריבער איז שטארק מעגליך אז ער האט קארופטירט די אויספארשונג און פארזיכערט אז קלינטאן זאל ווערן ריינגעוואשן.

טראמפ האט נעכטן רעאגירט צו די באריכטן אז מעקעיב פלאנירט צו רעטייערן, שרייבנדיג אז מעקעיב האט נאך 90 טעג צו דינען, ביז ער קען רעטייערן און באקומען רעטייערמענט בענעפיטן פון דער פעדעראלער רעגירונג. טראמפ האט אויך פארלאנגט אן אויספארשונג קעגן מעקעיב.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.