לאקאל און נאציאנאל

מאכטפולע ערדציטערניש אין קאליפארניע לאזט איבער שפאלט וואס ווערט געזען אויפן סאטעליט

צוויי מאכטפולע ערדציטערנישן וואס האבן אויפגעטרייסלט דרום קאליפארניע האבן אנגעמאכט אן ערנסטע שאדן אויף די שאסייען, פאראורזאכט ערנסטע פייערן, און איבערגעלאזט גאר א טיפע שפאלט אויף די געגנט וואס קען געזען ווערן פון די סאטעליטן.

 א בילד ערשינען פון די “פלאנעט” סאטעליט קאמפעני האט געצייגט די שטאט ברידזשרעסט וועלכע איז געווארן צוטיילט אין צוויי צוליב די ערדציטערניש פארלאפענעם שבת. אויף די בילדער זעט מען די שטאט בעפאר און נאך די ערד ציטערנישן.

ווי עקספערטן זאגן קען יעדע ערנסטע ערדציטערנישן ברענגען פרישע שאנסן פאר א נאכפאלגענדע ערדציטערנישן, ווי מ’האט געזען ביי די יעצטיגע פאל ווי עס איז קודם געווען איין שטארקע ערדציטערניש, וואס האט נאכגעפאלגט מיט פיל א שטערקערע וועלכע איז אנגעקומען שפעטער.

די ערשטע ערדתיטערניש איז געווען אין א שטארקייט פון 6.4 אויפן ריכטער וואג אין די ברידזשרעסט געגנט – ארום 230 קילאמעטער פון לאס אנדזשעלעס, און איז געווען די שטארקסטע אין דרום קאליפארניע ביז דאן פאר די לעצטע 20 יאר.

צוויי טאג שפעטער האט א פרישע ערדתיטערניש אויפגעטרייסלט די געגנט, וואס איז געשפירט געווארן 8 מאל שטערקער ווי די ערשטע, מען האט דאס געשפירט ביז לאס וועגאס און מעקסיקא, זייענדיג מיט די שטארקייט פון 7.1 אויפן ריכטער וואג.

אין די צוויי הויפט שטעט וואו די ערדציטערניש האט באטראפן – ברידזשרעיס און באטראנע, האבן אויסגעבאכן פייערן נאכדעם וואס גאז האט געליעקט, פילע הייזער האבן פארלוירן עלעקטעריציטעט, און אסאך מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.