אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פלוצלינגדיגע באזוך פון ‘קום יאנג אן’ אין כינע.

צפון קארעא’ס פירער ‘קום יאנג אן’ האט היינט געמאכט א פלוצלינגדיגע באזוך אין בעידזשינג כינע, דאס ערשטע אויסלענדישע באזוך זייט ער איז געווארן פירער אין 2011.

קום יאנג אנ’ס טאטע ‘יאנג על’ וואס האט באזוכט די כינעזישע הויפטשטאט א קורצע צייט פאר זיין טויט אין 2011.

מער דעטאלן ווי לאנג ער וועט זיך אויפהאלטן, מיט וועם ער גייט זיך אלס טרעפן, איז נישט באקאנט ביזדערווייל, צוליב די סענסעטיווקייט פון די באזוך, האבן דריי איינגעשטעלטע וואס זענען מיטגעפארן איבערגעגעבן פאר די מידיא.

די טרעין אין וואס האט אריבערגעפירט ‘קום יאנג אן’ דעם גרעניץ.

א ספעציעלע טרעין האט מעגליך אריבערגעפירט ‘קום יאנג אן’ דעם גרעניץ אין די שטאט דאנדאנג, וואס ווי עס זעט אויס איז דאס אן ענליכע טרעין וואס זיין טאטע ‘יאנג על’ האט גענוצט אריבערצופארן דעם גרעניץ אין 2011 ווען ער איז געגאנגען באזוכן די כינעזער קאפיטאל, א קורצע צייט פאר ער איז געשטארבן.

דער לימוזין אויטא פון ‘קום יאנג אן’ אין כינע.

די באזוך קומט אין ליכט פון די לעצטיגע נייעס אז פרעזידענט טראמפ איז גרייט צו פירן געשפרעכן מיט נארט קארעא, נאך באריכטן פון דרום קארעא אז צפון קארעא האלט ביים אויפגעבן זייער נוקלעארע פראגראם.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.