אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

כינע: צפון קארעא וועט גענצליך אויפגעבן נוקלעארע וואפנס

בעיזשינג – אין א שטוינענדער דעקלעראציע, האט די כינעזער רעגירונג געמאלדן אז דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן, האט זיך פארפליכטעט גענצליך אויפצוגעבן זיינע נוקלעארע וואפנס, און באזונדער האט ער אויסגעדרוקט זיין גרייטקייט זיך אראפצוזעצן מיט’ן אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ.

די סטעיטמענטס פון דער כינעזער רעגירונג, איז געקומען בשעת זיי האבן באשטעטיגט די שפעקולאציעס אז קים יאנג אן האט באזוכט ביי זיי אין לאנד. די כינעזער רעגירונג האט געזאגט אז קים איז געקומען פאר געשפרעכן מיט פרעזידענט שי דזשינפינג, און זיי האבן פובליצירט בילדער פון דעם זעלטענעם באזוך.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.