אידישע נייעס

עטליכע בחורים פארוואונדעט אין מאנרא פון העלישע פייער

די זומער האט זיך אנגעהויבן, מען פארט שוין אויף אורלויב, און ווידער האט מען געזען די וויכטיגקייט פון מתפלל זיין דעם “ה’ ישמור צאתינו ובואינו”, נאכדעם וואס א פייער האט אויפגעפלאקערט פון אן עקספלאדירונג, אויף 650 קוואקער הילל ביי א באנגעלא קאלאניע אין מאנרא, ניו יארק, פון וואס ניין זענען פארוואונדערט געווארן ה”י.

די געביידע איז געווען אפגעדונגען דורך די נאווימסקער ישיבה אויף א שבת התוועדות, און ווי נאר די בחורים האבן אריינגעטרויטן אינעם געביידע ארום 12:30 אויפדערנאכט, האבן זיי זיך אנגעקלאפט אין א שווערע גערוך פון גאז. באלד האבן די בחורים געעפנט די פענסטער צו אויסלופטערן די געביידע פון די אומאנגענעמע גערוך.

מיטאמאל האט זיך געהערט געשרייען, “פייער! פייער!”, נאכדעם וואס עס האט אויסגעבראכן א העלישן פייער אין די געביידע. באלד האט זיך געטון א געלויף אין שרעק, און זעקס זענען  בלויז לייכט פארוואונדערט געווארן, אין די צייט וואס דריי האבן יא געליטן מער ערנסטע וואונדן.

חברה הצלה פון קרית יואל איז באלד אלארמירט געווארן צוזאמען מיט די פייערלעשער פון געגנט, און עטליכע בחורים זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען.

די אורזאך פונעם פייער איז נאך אונטער אויספארשונג, און כלל ישראל איז מתפלל פאר די בחורים אין שפיטאל, חיים ברוך בן מרים אידל,יהושע בן יסכא, אליעזר בן ברכה,  און מאיר דוד בן חיה לאה.  זיי זאלן בקרוב האבן א רפואה שלימה און גרינגע ערהוילונג.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.