אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

“סינגאפאר דעקלעראציע”, רעזולוציע פונעם טראמפ-קים סאמיט

צום שלוס פון די היסטארישע סאמיט צווישן דעם אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ און דער דיקטאטור קים פון צפון קארעא, האבן ביידע אונטערגעשריבן א דעקלעראציע, וואס האט געדינט אלס רעזולוציע פון די זעקס שעה’דיגער סאמיט.

די דעקלעראציע האט גערופן צו ביידע לענדער אז זיי זאלן האבן בעסערע באציאונגען, און האבן געהאט אויף זיך די פאלגענדע פונקטן:

 א’ – די לענדער נעמען זיך אונטער צו האבן גוטע באציאונגען איינער מיטן צווייטן, און ארבעטן אינאיינעם.

ב’ – א פולקאמער צוזאמענארבעט צו ברענגען א לאנגיעריגער פרידן, שלום און סטאביליטעט אינעם קארעא האלב אינזל.

ג’ – צפון קארעא פארפליכטעט זיך גענצליך צו פארניכטן די נוקלעארע וואפן.

ד’ – די פאראייניגטע שטאטן און צפון קארעא נעמען זיך אונטער צו אפירזוכן און אידענטיפיצירן אמעריקאנע געפאלענע סאלדאטן אין צפון, און זיי צוריק אהיימברענגען.

 עס וועלן אין נאנטן פארקומען פרישע געשפרעכן צווישן סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא, און די הויכראנגיקע צפון באאמטע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.