אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פייגלעך באשולדיגט אין א מאסיווער פייער אין די מאסאטשוסעס וואסער פלענט

פיעבאדי מאסאטשוסעס. – א פייער וואס האט אויסגעבראכן אין א מאסאטשוסעס וואסער טריעטמענט פלענט, איז געווארן באשולדיגט און צוגעצייכנט, אויף פייגלעך.

פריעבאדי פייער לוטענאנט, האט געזאגט “די שולד פון די פייער ווערט צוגעצייכנט צו פייגלעך, וואס האבן האבן דארט אויפגעשטעלט נעסטן, און אויפגעגעסן די אינסטולאציע, פון א עלעקטריק ווייער, געווידמעט צו אפהאלטן דאס קומען אין בארירונג מיט אנדערע ווייערס וואס לויפן אויפן פארקערטן ריכטונג.”

דאס האט פאראורזאכט אז די ווייער זאל ווערן זייער הייס, און א פייער האט אויסגעבראכן, זיך אנכאפנדיג אויף די שטרוי פון די נעסטן, גייענדיג גאר שנעל צו די דאך פון די געביידע.

די פייער, אין פריעבאדי וואסער פלענט, פלאקערט אן קאנטראל

די דאך פון די געביידע איז געווארן פארניכטעט, און די פייער האט פאראורזאכט שווערע שאדנס צו די איין זייט פון די געביידע.

די פלענט וועט דארפן דורכגיין רענאוואציעס, און נישט קענען אפערירן פאר איבער א יאר, אבער די שטאטישע באאמטע באטראכטן פארשידענע אלטענאטיווע וועגן וויאזוי צוצושטעלן זויבערע וואסער צו טרונקען, און קוקט אריין אין פארשידענע אפציעס וויאזוי צו פארמיידן אזעלכע אינצידענטן, דורכן אפהאלטן פייגלעך פון זיך באזעצן אין אזעלכע ערטער.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.