אידישע נייעס

אידישער זייגער פון טיטאניק פארקויפט

ניו יארק – א זייגער מיט לשון הקודש’ע אותיות, וואס איז געראטעוועט געווארן פון דער זינקעדיגער טיטאניק שיף, איז ארויסגעשטעלט געווארן צום פארקויף פאר מינימום עלף טויזנט דאלאר. דער זייגער האט באלאנגט צו סיני קאנטאר, א רוסישער איד וועלכער איז געווען אויף דער שיף אינאיינעם מיט זיין פרוי, האבנדיג אין פלאן צו קומען קיין אמעריקע צו וואוינען. סיני האט נישט איבערגעלעבט די זינקונג פון דער שיף, אבער זיין פרוי האט עס איבערגעלעבט און געהאט דעם טייערן זייגער מיט זיך. סיני’ס קערפער איז אפגעפונען געווארן אפאר וואכן נאכדעם וואס דער טיטאניק האט געזונקען, און ער איז באערדיגט געווארן אינעם מאונט ציון בית החיים אין קווינס.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.