אידישע נייעס

אידישער פארלאמענט מיטגליד אין פראנקרייך ערהאלט שטויב און קללות

צום אפיס פון מאיר חביב, א אידישער פארלאמענט מיטגליד אין פראנקרייך, איז היינט אנגעקומען א בריוו געשריבן אין פראנצוזיש, וואו עס שטייט דארט א גאנצע דרשה מיט בייזע קללות און פארשידענע באליידיגנדע אויסדרוקן, צווישן זיי “פעטער ציוניסטישער שוויין”.

דער שרייבער האט זעט אויס געהאט א שווערן טאג, און ער גיסט אויס זיין גאנצע כעס און אויפברויז אויפן פאפיר, פארדאמענדיג דאס וואס חביב האט זיך באטייליגט ביי די נאציאנאלער אסעמבלי, און ער סטראשעט אים מיטן לעבן.

אויסער שארפע ווערטער און ווילדע רעטאריק, איז געווען בייגעלייגט אויך א געוויסער ווייסער שטויב, וואס האט אויסגעזען ווי א געוויסער כעמישער שטויב. די אפיס פונעם פארלאמענט מיטגלידער מאיר חביב איז באלד עוואקואירט געווארן, די זיכערהייט אגענטן זענען באלד אלארמירט געווארן, פאר צוויי שעה האט מען נישט אריינגעלאזט קיינעם אהין כדי צו קוקן אויב גארנישט איז נישט פארפעסטיגט און קיינער איז נישט אין א געפאר. ערשט נאכן דאס גרונטליך אונטערזיכן האבן זיי באשטעטיגט אז דאס איז אומשעדליך.

אין ליכט פון דעם אינצידענט, האט דער פרעזידענט פון דער פראנצויזישער נאציאנאלער אגענטור אריינגעגעבן א קלאגע קעגן דעם בריוו שיקער.

מאיר חביב זעלבסט האט געזאגט אז ער איז זייער צובראכן און באזארגט, זעענדיג ווי א פראנצוזישער פארלאמענט מיטגלידער באקומט טויט סטראשונקעס און ווילדע קללות בלויז ווייל ער איז א איד, און ער האלט אז די פראנצויזישע באאמטע דארפן רעאגירן דערצו מיט די העכסטע אלערט און פולסטער שארפקייט, צו ווייזן אז מען טאלערירט נישט אזעלכע שטיק אין פראנקרייך.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.