לאקאל און נאציאנאל

פאליציי לאקערט נאך רעדער גנבים אין ברוקלין

עס הערשט דערווייל א מיסטעריע אין די גאסן פון דרום ברוקלין, אריינגערעכנט אין די חרדישע געגנטער אויף א שטייגער ווי פלעטבוש און מידוואד, נאכדעם וואס די פאליציי זוכט נאך פארברעכער וועלכע נעמען אראפ רעדער פון קאר’ס, בעיקר פון דעם האנדא עסקארט מאדעל.

לויט א באריכט אין ישיבה ווארלד נייעס האט די פאליציי אויסגעפארשט דעם אינצידענט, און אויפגעכאפט ווי די פארברעכער קומען אן מיט א קליינע קאר צו אויסוועלן א געגנט וואו זיי קענען פלינדערן און רויבן, און דאן קומט א קאמערציאלער קאר, מיט אלע נוטיגע צוגעהערן פאר די ארבעט, און מיט זייער טעכנאלאגישע כלים נעמען זיי ביז א מינוט אראפ אלע פיר רעדער און טראגן אפ דערמיט.

זיי פירן דורך די גניבות אויף נייע קאר’ס, און אינמיטן די נאכט. זיי לאזן איבער בלאק’ס וואס זאלן אונטערהאלטן דעם קאר, און טראגן אפ פון דארט. אינדערפרי טרעפן די קרבנות זייערע קאר’ס אן קיין רעדער.

לויט באריכט האט די פאליציי מיט די הילף פון שומרים געשטעלט זיכערהייט קעמרע’ס אויף די ערטער, און לאקערן נאך די פארברעכער, זיי צו קענען אפשטעלן פון די גניבות און ברענגען צו גערעכטיגקייט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.