אידישע נייעס

פרישע אנטיסעמיטישע אינצידענט אין בארא פארק

פאר עטליכע שעה צוריק האט די פאליציי ארעסטירט א צעלאזטער כוליגאן אין בארא פארק אויף די דרייצנטע עוועניו ביים צווי און פערציגסטן סטריט, נאכדעם וואס ער האט צעשלאגן א חרדיש’ן איד.

די אינצידענט האט פאסירט נאכדעם וואס צוויי אינגעלייט האבן געשמועסט אינאיינעם, ווען פלוצים האט צושפאצירט צו זיי דער גוי און אנגעהויבן צו שעלטן די אידן, זאגנדיג אז “ער וויל אומברענגען אלע אידן”, דאן האט ער פיזיש אטאקירט איינעם פון די צוויי אינגעלייט, און אנגעהויבן אוועק צו שפאצירן.

נאך עטליכע מינוט האט ער באמערקט אז די צוויי אינגעלייט גייען נאך זיינע פיסטריט. אין די זעלבע צייט וואס ער האט דאס באמערקט האט איינער פון די צוויי אלארמירט חברת שומרים און די פאליציי.

דער גוי האט פארשטאנען אז מען לאקערט אויף אים וויבאלד מען וויל אים אראפהאלטן און ארעסטירן, האט ער זיך דערנענטערט ווילד צו די צוויי אינגעלייט, און אנגעהויבן צו שלאגן איינעם פון זיי, וועלכער האט געליטן מילדע וואונדן.

דער אינגערמאן איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר באהאנדלונג, און דערווייל זענען די שומרים וואלונטירן אנגעקומען אויפן סצענע און אראפגעהאלטן דעם אנטיסעמיט, ביז ווען די פאליציי האט אים ענדגילטיג געקייטלט.

דאס איז א פרישער אינצידענט פון אנטיסעמיטיזם אין בארא פארק, נאכדעם וואס אינעם לעצטן מאנאט זענען עטליכע חרדי’שע אידן געשלאגן און באפאלן געווארן דורך אנטיסעמיטן אין ברוקלין.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.